top of page

תסמרנו שערות אנוש מ׳זאל בכלל דארפן רעדן וועגן דעם

לפני 3 שעות
זמן קריאה 4 דקות

למען אחי ורעי! דרשתו של רבי ישראל דוד שלזינגר שליט"א, תסמרנו שערות אנוש מ׳זאל בכלל דארפן רעדן וועגן דעם


Audio cover
תסמרנו שערות אנוש מ׳זאל בכלל דארפן רעדן וועגן׳דעם - ב׳ חירבי ישראל דוד שלעזינגער שליט״א

הארציגע בקשה קבל את האמת ממי שאומרו - תסמרנו שערות אנוש מ'זאל בכלל דארפן רעדן וועגן דעם דער עולם זאל אונז ערלויבן, פשוט ווייל דער צער איז גובר בלבינו, כאטש ס'באלאנגט אפשר נישט פאר אונז, אבער במקום שאין אנשים השתדל להיות איש, מיר ווייסן נישט צו ס'איז ווערט בכלל אין בית המדרש צו רעדן וועגן דעם, אבער אין א מקום וואס ווערט חס וחלילה נתחלל שמו של השם יתברך, בעט מען זיך: קבל את האמת ממי שאמרו.
ווען אין ד' אמות של הלכה איז אונז דא נישט נוגע וואס גייט פאר אין די גאסן, אבער ווען ס'דרייט זיך איבער אין די גאסן, זאכן וואס איז דברים ברורים להשומע, און פאר דער וואס וויל מקבל זיין דער אמת. אין א טאג וואס איז נקבע געווארן על ידי אומות העולם, א ט אין דער מדינה וואו דארטן די מענטשן פון דער מדינה, זיי זענען די וואס על ידי וואס זיי זענען מחליט ווערן נתמנה געוויסע מענטשן אויף א געוויסע הנהגה פון דער מדינה, איז חובה עלינו צו וויסן דער אמת, א דבר ברור מקבלת אבותינו ורבותינו, וזאת התורה לא תשתנה, אז מיר הייסן "ואתם תהיו לי ממלכת כהנים וגוי קדוש".
און יעדע זאך וואס איז א סתירה מיט ממלכת כהנים וגוי קדוש, זאלן מיר שטיין ווייט, און חס וחלילה דער שוחד פון כבוד און פון געלט זאל אונז נישט פארפירן צו זאכן וואס תסמרנו שערות אנוש, אז מ'זאל בכלל דארפן רעדן וועגן דעם.
און ווען אזעלכע מענטשן וואס זיי כאילו זענען די וואס רעדן בשם כלל ישראל, אדער בשם די אידן פון א שטאט, זענען מבזה די כלל ישראל און מבזה די תורה על ידי הנהגות מיט אומות העולם, וואס מיר שעמען זיך ארויסצוזאגן פון דעם מויל בכלל, אז אידן וואס זענען מלובש מיט בגדים פון אנשים חסידים, זאלן זיין אריינגעמישט מיט אומות העולם. און מיט להבדיל גוי' טעס פון אומות העולם, און מיט שתיית יין אין אופנים שלא שמעתן אוזן מעולם, ווייסט מען נישט בכלל ווי דער אידן קענען פאר אונז מחליט זיין וואס אונז האבן יא צו טון אדער נישט צו טון.
אונז מיינען מיר נישט גארנישט, אבער מ'זאל געדענקען דברי חז"ל, אז דער וואס איז מבזה קדושתן של ישראל זאל זיין תורה ומעשים טובים, אין לו חלק לעולם הבא. דארפן די מענטשן וויסן וואסערע מורא'דיגע אחריות מ'נעמט. ווער רעדט נאך אז אין דעם איז דא בזיון אויף גדולי ישראל. צאצאיו ובניו של מרן החתם סופר קודש קדשים, זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל, וואס דער אייבערשטער האט איבערגעלאזט פאר'ן כלל ישראל, לדורות,  אז דער כלל ישראל זאל זיך קענען האלטן אין די רגעים פון עקבתא דמשיחא.
טראגן מיר די אחריות ארויסצוזאגן א דבר ברור, כאטש אז ס'באלאנגט נישט פאר אונז בכלל, אבער כדי מ'זאל נישט זאגן, מדשתקי רבנן שמע מינה ניחא להו, וואלט יעדער איינער געדארפט ארויסברענגען זיין צער נורא, אז ס'קען בכלל זיין אזעלכע הנהגות, און ס'קען בכלל זיין אזעלכע הוה אמינא'ס.
און תמיה עלינו אויף די אלע וואס וואלטן געדארפט דאס ארויסרעדן ברבים, און מאיזה טעם שיהיה טוען זיי דאס נישט, וויל מען נאר זיך בעטן נאכאמאל קבל את האמת ממי שאמרו, צו וויסן דברים ברורים, אונז האלטן מיר אין א סוגיא פון מקרא קודש, אונז בלייבן מיר לנצח נצחים, א ממלכת כהנים וגוי קדוש, און בשום אופן שבעולם וועט אמצעיים נישט זיין מותר צו קענען דערגרייכן א געוויסע מטרה, ווייל די יסוד פון א איד איז, א יעדע ריר און יעדע תנועה און יעדע חתימה און יעדע דיבור און יעדע דרשה און יעדער מחייב זיין מענטשן וואס יא צו טון און וואס נישט צו טון, דארף זיין כל כולו אויסגעהאלטן על פי די תורה הקדושה. לאמיר נעמען דער לימוד און זאל זיין נוגע בלבנו, נישט צו באלאנגען חס וחלילה צו שום בזיון קדושת ישראל, פאר חשבונות של מה בכך.
דער אייבערשטער האט וואס מ'דארף כדי צו האלטן דעם כלל ישראל ביז ס'וועט נתגלה ווערן כבוד השם יתברך בעולם, און מיר דארפן דעם רבונו של עולם נישט ארויסהעלפן, און נישט געבן קיין עצות, דער אייבערשטער ווארט אויף אונז, אז אונז זאל מיר שטיין על המשמר אין דער אמת לאמיתו צו וויסן דברים ברורים, אז כלל ישראל איז א גוי קדוש, און דערווייטערט זיך פון יעדע זאך וואס ס'האט א שייכות.
ווי ס'איז דערמאנט געווארן שבת קודש ביי שלש סעודות דברי חז"ל: "אשרי האיש אשר לא הלך בעצת רשעים ובדרך חטאים לא עמד ובמושב לצים לא ישב", זאגן חז"ל אז ס'גייט אויף אברהם אבינו, וואס איז נישט נאכגעגאנגען דער דור הפלגה, וואס איז נישט נאכגעגאנגען אנשי סדום, און האט נישט מקבל געווען פון אבימלך אין פלשתים, ווען ער האט אים אנגעטראגן: "הנה ארצי לפניך בטוב שב".
"ובמושב לצים לא ישב", אין א מושב פון ליצנות, אין א מושב פון מבזה זיין יעדע ריר און יעדע שייכות צו קדושת ישראל, דארף מען זיך דערווייטערן, און על ידי זה קען מען האבן דער שייכות פון "כי אם בתורת ה' חפצו ובתורתו יהגה יומם ולילה", און די הבטחה פון די המשך פון דעם קאפיטל.
אונז האמיר נישט קיין שום כוונה און מחשבה צו קיינעם נישט פערזענליך, און נאר דער דברים כהוויתם ארויסצוזאגן דער אמת לאמיתו, און יעדער איינער זאל וויסן וואסערע אחריות ער טראגט אין יעדע פעולה און יעדע ריר וואס ער טוט, און די אלע וואס פארפלייצן אונז מיט אלע מיני עצות און אלע מיני ווי מ'דארף זיך פירן, זענען ליידער אזעלכע נערים וואס זענען ווייט פון א שייכות צו יראת שמים. און חז"ל זאגן אונז קלאר, אז "בנין נערים סתירה", לאמיר נעמען די עצת הזקנים פון די דורות שלפנינו, זיך צו האלטן בקדושתן של ישראל, און על ידי זה געדענקען "כי יודע ה' דרך צדיקים", און חס וחלילה די אנדערע דרך "תאבד". און על ידי זה אין טעג וואס מיר ווארטן בכל רגע אין די רגעים פון עקבתא דמשיחא צו די גאולה העתידה, ווארט דער רבונו של אז אידן זאלן זיך האלטן בתוקפם ובמעמדם, און על ידי זה זוכה זיין מקבל צו זיין בקרוב פני משיח צדקנו'.

 
 
 

תגובות


כריכה מצות ישוב ארץ ישראל,שלוש השבועות,דחיקת הקץ,רמב"ן,יעקב אבינו,אברהם אבינו,יצחק אבינו,ארץ ישראל,ארץ הקודש,מלחמת מצוה,מלחמת רשות,אורים ותומים,מגילת אסתר,רמב"ם,אגרת תימן
מלחמת מצוה כריכה - הדמיה_edited.jpg
כריכה קדמית - לגלות ולהראות את הנס.jpg
כריכה בר-כוזיבא.jpg
הדמיה ילקוט השבעתי אתכם-חנות.jpg
הדמיה ספר גבול ההר.jpg

אנו שמים דגש על 'אהבת ישראל' (שאינה תלויה בדבר).

            

ולכן, אם נתקלת בקושי להבין דבר-מה, אנו כאן נשמח לענות לך על השאלות שלך, השאירו פרטים ונחזור בהקדם.

עקוב אחרינו

  • ילקוט השבעתי אתכם בקול הלשון
bottom of page