top of page

זאת התורה לא תהיה מוחלפת - אידיש

למען אחי ורעי! דרשה מאת רבי נתן יוסף מייזעלס זיע"א (אב"ד ור"מ דקהל אבני שלמה מאנסי יצ"ו, איש אמונו של רבינו הקדוש מסאטמאר זצוק"ל, ועוד שמעתי אודות הגרנ"י מייזעלס זצ"ל: רביה"ק מסאטמאר זי"ע הורה לו כמה פעמים שידבר בשלוחותו בענינים אלו ובכל הענינים מה שלא הורשה לאף אחד).


הדרשה נאמרה ביום המר והנמהר ה' אייר תשס"ב.

בעת המצב הנורא שנסתבב ע"י גרוי הציונים הטמאים הש"י בענין השאלה: "וואס זאל מען יעצט טוען? וואס איז די עצה? וואס קען מען טוען?"
מורי ורבותי! ס'איז באמת שווער און אומעטיג אויפן הארץ ווען מ'קומט זיך צונעזאם אין דעם טאג. דאס איז דער טאג וואס דער רבי זכרונו לברכה זאגט דערויף אז דאס איז א "יום המר והנמהר", אין דעם ביטערן טאג איז בעוה"ר באשטימט געווארן דאס מלכות הרשעה רחמנא ליצלן, וואס דאס האט רח"ל אריין געשלעפט דעם כלל ישראל אין א אומגליק ברוחניות ובגשמיות, עס האט גארנישט קיין שיעור און קיין ערך אויף ווי ווייט.
דרשה הגאון רבי נתן יוסף מייזעלס זצ''ל ה' אייר תשס''ב
.pdf
הורידו את PDF • 240KB
עכשיו רואין בחוש אמיתיות דברי הצדיקים שהציונים מביאים על כלל ישראל סכנה עצומה ברוחניות וגשמיות
לכאורה פרעגט זיך א געוואלדיגע קשיא, און ס'איז באמת א פליאה עצומה. עס זענען שוין אדורך די אלע יארן וואס מ'האט געזעהן און זיך איבערגעצייגט בחוש די השמדה גדולה ברוחניות וואס די רשעי ארץ האבן אהער געשטעלט, און מען זעהט אויך בחוש בגשמיות ווי ווייט זיי האבן אריין געברענגט אין א סכנה דעם כלל ישראל, ווי אלע צדיקי אמת האבן אויף דעם מתרה געווען נאך פון פריער מיט אלף התראות, אז דאס וועט אזוי אויסזעהן אויב זיי וועלן קומען צו א מאכט, און זיי האבן קלאר מתרה געווען אז ס'וועט א איד דארט נישט קענען וואוינען.
מיר געדענקן נאך די ביטערע דיבורים וואס דער רבי זכרונו לברכה האט געזאגט מיט אזא ביטערקייט: "ווער ווייסט צו ס'וועט קענען אפילו איין איד בלייבן וואוינען אין ארץ ישראל". ס'איז שוין נישט ווייט דערפון. און בעוה"ר בגשמיות איז דאך בסיבתם געווארן א סכנת כל העולם ממש.
התועים מדרך האמת אינם מכירים בטעותם אפילו במצב כזה
נו; וואלט דאך געווען א פשטות, אז אלע אידן אינאיינעם וואלטן זיך געדארפט צוזאם קלויבן, און מודה און מתוודה זיין: רבותי, מיר האבן זיך געגרייזט, מ'האט געמאכט א טעות, מ'האט ליידער נישט געפאלגט די צדיקי אמת, און וועגן דעם איז כך עלתה בידינו, וועגן דעם זעהט מען אזוי אויס. און דערווייל בעוה"ר איז דער מצב פארקערט, ס'רירט זיך פארקערט, מ'הערט א פארקערטע שפראך. מ'הערט אינטרעסאנטע שאלות, מ'פרעגט: "וואס זאל מען יעצט טוען? וואס איז די עצה? וואס קען מען טוען?".
*
בענין השיחה בפי הבריות 'וואס זאל מען יעצט טוען'?
ס'איז באמת א וואונדערליכע זאך, ווי אזוי א איד א מאמין קען אפילו פרעגן אזא שאלה: "וואס קען מען יעצט טוען?". הגם לכאורה ווען איינער פרעגט "וואס קען מען יעצט טוען", קוקט אויס פון די שאלה, אז דאס איז אזא תמימות'דיג שאלה, א תם'וואטע שאלה, וואס כאילו די רשעי ארץ האבן אויפגעשטעלט א גרויסן אפיס, און האבן אוועקגעשטעלט דארטן מענטשן, און זיי ווארטן אז ערליכע אידן, צדיקים, זאלן קומען מ'זאל זיי מייעץ זיין וואס מען זאל טוען, און אויף דעם ארויף קומט ער מיט אזא תמימות'דיגקייט און פרעגט: "וואס זאל מען יעצט טוען?".
לאמיר זיך מתבונן זיין וואס דאס הייסט, זיי פרעגן וואס מען זאל טוען?, מ'האט אונז דאך מתרה געווען מיט אלף התראות, די צדיקי עולם וואס זענען געווען מרגיזי ממלכות בעליונים ותחתונים האבן קלאר געשריגן "געוואלד". דער רבי זכרונו לברכה פלעגט צו זאגן אז די פריערדיגע צדיקים זענען דערציטערט געווארן ווען זיי האבן געהערט זייערע מעשים תעתועים רחמנא ליצלן. ווען האבן זיי דען אמאל געפרעגט נאך די צדיקים? זיי פרעגן עפעס נאך די תורה יא? צו דעם בורא כל עולמים יא? זיי גייען ווייטער אן מיט זייער מהלך, און טאקע אן קיין שום זייטיגע מחשבה.
השאלה 'וואס זאל מען טוען' מצדיק מעשי הציונים לעשות מלחמה
נאר וואס דען, פון וואו נעמט זיך טאקע די שאלה, אזא תמימות'דיגע שאלה. מיר דארפן וויסן די תמימות'דיגע שאלה האט אין זיך נישט קיין תמימות, ס'איז צד תם במקומה עומדת, ס'איז נישט קיין תמימות, ווען מ'זאגט די ווערטער: מען מוז דאך, קען מען זיך דען לאזן הרג'ענען. די געזאגעכצער זענען אלע אויף מצדיק צו זיין דעם שרץ, אויף אהער צו שטעלן א הצדקה פאר זייערע מעשים, מיט דעם אויסרייד אז "וואס דען זאל מען טוען, מ'זאל זיך לאזן הרג'ענען מ'זאל ח"ו אומברענגן?".
ס'איז קלאר ווי דער טאג אז דער שואל ווען ער פרעגט די שאלה, רעדט ער שוין אויף אזא אופן ווייל ער איז געכאפט מיט פארשידענע דיעות, וואס דרייען זיך ביי אים אין קאפ פון די פארשידענע צייטונגען, און די אלע געליינאכצער וואס ער ליינט זיך אן א גאנץ יאר, און די רעיונות קריכן איצט ארויס אז ס'רודערט אים די שאלה, "וואס זאל מען יעצט טוען?".
*
עפ"י דעת תורה ועפ"י שכל, פשוט דמחויבים לוותר על השלטון
לאמיר נאר זען, איז דען דא על פי התורה א מקום להסתפק וואס מען זאל טוען. דער רבי ז"ל האט ביי די פריערדיגע מצבים געזאגט קלאר און דייטליך און שרייבט אזוי אין ספר על הגאולה ועל התמורה, ער האט גאר גערעדט על פי פשטות, אלץ א גשמיות'דיג מציאות: "ווען מען וואלט געווען אויפגעגעבן דאס מציאות המדינה, וואלט אינגאנצן נישט געווען קיין שום פראבלעם". און ס'איז נאמנים עלינו דבריו, און עס דארף נישט מער ביאור, ווייל אויף דעם פאליטישען זין איז דער הייליגער רבי זי"ע אויך גענוג רייף געווען, ער זאל קענען פארשטיין גרונטלעך דעם גאנצן מצב העולם ארום און ארום. נאר די רשעים זענען דאך אבער קשורים בו ככלב, זיי ווילן בשום אופן נישט נאך לאזן די מדינה, און דאס איז גורם אז נאכדעם פרעגט מען די שאלה: "וואס זאל מען יעצט טוען?".
*
החושב שהרשעים מביאים איזה טובה לכלל ישראל הרי הוא נתפס למינות
איצט לאמיר זיך מתבונן זיין צי ס'איז דא פאר א איד א מאמין, א מקום מ'זאל פארשטעלן אזא סארט שאלה, צו די שאלה גרעניצט זיך נישט מיט קיין דיעות נפסדות.
דער רבי זכרונו לברכה האט געזאגט אמאל אין הייליגן טאג ביים אפענעם ארון הקודש מיט די ספר תורה אין די האנט, ער האט געזאגט כהאי לישנא: "א איד וואס ער טראכט אפילו נאר במחשבה אז די רשעי ארץ האבן געברענגט און ברענגן א טובה פארן כלל ישראל - אפילו נישט קיין אתחלתא דגאולה, נאר א בלויזע טובה - איז ביי מיר קיין ספק נישט אז ער איז געכאפט מיט דיעות נפסדות, און ס'ליגט אין אים אפיקורסות".
בימים ההם לא ירדו כ"כ לסוף דעתו של רביה"ק זי"ע
בימים ההם איז געווען דער מצב אזוי, אז דער ערליכער איד וואס האט געהאט אין זיך אמונת צדיקים, האט דאס טאקע מקבל געווען, אבער נאר מצד דעם ווייל דער רבי האט אזוי געזאגט, אפילו ער האט עס נישט פארשטאנען אדורך און אדורך. און ווייטער דער צווייטער סוג וואס איז שוין נישט געווען אזא תמים, דער האט ביי זיך אויפגעפאסט אז דאס איז אזא סאטמארע מעשה, אזא סארט איבערגעטריבענקייט. דער סאטמארער רב איז אזא גרויסער מחמיר, מען קען אים נישט נאכגיין, אין פראקטישן זין קען מען אזוי נישט דענקען, דאס איז א זאך אין מציאות העולם, ס'גייט נישט אזוי פשוט דאס אפצולערנען. אזוי האט דעמאלטס אויסגעקוקט די וועלט.
דערווייל איז דאס אבער קלאר תורת אמת אן קיין ספיקות, ממילא ווען איינער פרעגט א שאלה וואס בארעכטיגט זייער מציאות איז דאס א רעכט אפיקורסות'דיגע שאלה.
כל הצדיקים הי' דעתם בהחלט 'אז ציונות איז אפיקורסות' ולא הסתפק בזה רק אנשי המזרחי
דער הייליגער רבי ז"ל שטעלט אוועק א יסוד אין ויואל משה פאר א מציאות: אז "ציונות איז אפיקורסות" און אין דעם איז קיין שום ספק בעולם נישט, נישט נאר ס'איז נישט קיין ספק, ס'איז לא הסתפק בהם אדם מעולם, קיינער פון די גדולי הצדיקים פון די גרעסטע גדולי צדיקים, האבן אין דעם קיין ספק נישט געהאט. חוץ די מזרחי'סטישע רבי'ס מיט די ווייסע בערד, וואס זענען געווען אנגעפילט מיט דיעות נפסדות רחמנא ליצלן. זיי זענען געווען די וואס האבן געברענגט פארשידענע מאמרים, און געדרייט מיט די פינגער, אבער פון די אמת'ע רבנים אמיתיים איז נישט מסופק געווען קיינער צו דאס איז אפיקורסות גמורה.
*
דברי המהר"ל זצ"ל פריקת עול הגלות הוא ביהרג ואל יעבור
ס'איז דא א אפענע זאך, אריה שאג מי לא ירא, דער מהר"ל מפראג ז"ל וואס איז געווען פון די גדולי עולם, כל העולם חרדו מפני גדולתו, זאגט: אז דאס ענין פון ארויס גיין פון גלות פאר די צייט איז ביהרג ואל יעבור, ער ברענגט א מדרש אז חז"ל זאגן אויף די דריי שבועות וואס אידן זענען באשוואוירן געווארן אז מ'זאל ח"ו נישט ארויס פון גלות פאר די צייט, אז די שלש שבועות האט הקב"ה באשוואוירן אידן "בדורו של שמד". זאגט דער מהר"ל מפראג בדורו של שמד איז דער טייטש, אז ס'איז פונקט אזוי הארב ווי שמד, פונקט אזוי ווי מען זאל נעמען א מענטש און אים וועלן ח"ו שמד'ן, ער זאל דינען עבודה זרה, איז מען זיך מחויב מוסר נפש צו זיין, אזוי איז די זעלבע זאך אז אויב וועט מען הייסן אידן ארויסגיין פון גלות און מען וועט זיי צווינגען דערצו, דארף מען זיך דערויף מוסר נפש זיין. דאס איז אזא הארבער איסור פונקט אזוי ווי שמד.
ביאור דעת המהר"ל דלהשתחרר מהגלות הוא כפירה בהנהגת הקב"ה רח"ל
דער מהר"ל האט אזוי אפגעלערנט דעם מדרש, ווייל ער האט געהאלטן אז די עצם רעיון מ'זאל אליין זיך באפרייען פון דעם עול הגלות איז כפירה אין הקב"ה, ווארן לכאורה פון וואו קען מען פסק'נען אז דאס האט א דין פון יהרג ואל יעבור, מיר ווייסן דאך אז נאר די דריי הארבע עבירות זענען ביהרג ואל יעבור. נאר וואס דען אזוי ווי דאס איז אבער אפיקורסות, און אפיקורסות איז מבואר אין אלע פוסקים אז ס'איז פיל הארבער ווי עבודה זרה, איז עס טאקע ביהרג ואל יעבור.
קומט אויס אז דער מהר"ל מפראג האט מחליט געווען אז דער רעיון הציוני איז אפיקורסות. און דער רבי איז מבאר אין זיין הייליגן ספר ויואל משה אז אלע פריערדיגע צדיקים האבן אויך אזוי געהאלטן, ולא הסתפק בהם אדם מעולם. ממילא איז דאך נישט קיין שום שאלה טאמער איינער פרעגט: "וואס זאל מען יעצט טוען?", וואס די שאלה טוט בארעכטיגן זייער עקזיסטענץ, איז די טייטש אז ער איז געכאפט אין אפיקורסות!!!
*
בזמן הנביאים כאשר ראו עובדי ע"ז הצלחה גדולה - וכי גם באופן זה ישאל איש אם מותר לעבוד ע"ז כדי לישאר בחיים
מיר דארפן נאך מער אויסשמועסן וואס ס'ליגט אונטער די שאלה: "וואס זאל מען יעצט טוען". ס'איז דא א אינטערעסאנטע זאך אין נ"ך - איך זאג דאס נאך פאר א משל - אין ירמי' שטייט אז די נשים הארורות האבן גיענפערט פאר ירמי' הנביא: מעת חדלנו לקטר חסרנו כל אלה, אז זייט מען האט אויפגעהערט צו דינען די עבודה זרה איז אונז געווארן ביטער ווי גאל, אזוי האבן זיי געזאגט, און קען טאקע זיין אז אלץ נסיון הדור איז טאקע אזוי געווען דער מצב אז די עבודה זרה האט געברענגט א הצלחה.
נו; דעמאלט וואלט א איד געהאט א ספק אז בכגון דא, אז מען ראטעוועט זיך, זאל מען מעגן ח"ו דינען די עבודה זרה, וואלט געווען אפילו אזא ספק בעולם, איז דאך זיכער אז לא הסתפק בהם אדם מעולם. דארפן מיר וויסן אז אפיקורסות איז גארנישט ווייניגער, דער רמב"ם זאגט ארויס מפורש אז אפיקורסות איז הארבער ווי עבודה זרה. איצט פארוואס קען דא יא זיין א מקום להסתפק און מ'זאל פרעגן: "וואס זאל מען יעצט טוען?".
ווען עס וואלט טאקע נישט געווען קיין אנדערע עצה וואלט אויך נישט געווען די שאלה א שאלה, פונקט ווי ס'זאל איינער פרעגן: "איך מוז דאך זיין אן אפיקורס אז נישט שטארבט מען", וואס איז דעמאלטס - וואס איז דעמאלטס!!, מעג מען דען אין אזא מצב ח"ו ווערן אן אפיקורס, היעלה על הדעת אזא שאלה אפילו.
דאס איז קודם איין יסוד וואס שטעלט אוועק דעם מצב, אז די שאלות זענען קלאר אפיקורס'ישע רעיונות. דער תמימות'דיגער שואל דארף דאס גוט וויסן, אז ער איז גארנישט אזא תמים. ער זאל אוועקווארפן דאס תמימות, ער זאל נישט קומען מיט קיין תמימות'דיג פרצוף. דאס איז רעכט אפיקורס'ישע רעיונות, דאס איז פול אנגעגעסן מיט אפיקורסות.
*
דברי הרמב"ן דע"י הגלות ניצולין מגזירת כלי' ח"ו
די צווייטע זאך איז, דער הייליגער רמב"ן זאגט ארויס מפורש: עס שטייט אין די תורה הקדושה, ואף גם זאת בהיותם בארץ אויביהם לא מאסתים ולא געלתים לכלותם להפר בריתי אתם כי אני ה' אלוקיהם, דאס שטייט אין פרשת בחקותי נאך די תוכחה, - זאגט דער רמב"ן אזוי - די גאנצע תוכחה איז געווען נאר ווילאנג אידן זענען געווען אין ארץ ישראל, אבער נאכדעם ווען אידן זענען פארטריבן געווארן אין גלות, איז פארקערט, אדרבה דעמאלטס איז לא מאסתים ולא געלתים לכלותם וכו'. - און ער שטעלט צו א קלארקייט: - מ'זעהט דאס מציאות אז אידן לעבן אין גלות גאר גוט, על כל פנים נישט ווייניגער פון די גוים, און אסאך מאל בעסער, און אויב א מלך איז אויף זיי גוזר א מין גזירה, גייט מען צו אן אנדער מלך, אבער מען עקזיסטירט, זעהט מען מפורש - זאגט דער רמב"ן - אז אין גלות קומט די קללה נישט.
על כל פנים איז דער רמב"ן מעיד קלאר און דייטליך, אז דאס וואס אידן זענען אפגעראטעוועט געווארן, און עקזיסטירן אין אלע דורות, איז דאס נאר ווייל ס'איז בהיותם בארץ אויביהם, ווייל מ'איז מקבל אויף זיך דעם גזירת הגלות.
אויף די ווערטער פון רמב"ן זאגט דער רבי ז"ל איז דען א שאלה אז ווען עס קומען די רשעי ארץ און זאגן מפורש פארקערט, אז דאס ענין גלות איז דאס וואס איז גורם ח"ו א כליון, און אלע אידן דארפן גיין אויף ארץ ישראל, איז עפעס א ספק בעולם צו דאס איז אפיקורסות גמורה? ס'איז דאך פונקט פארקערט ווי די תורה הקדושה לערנט אונז.
דברי הרמב"ן דתכלית הבריאה שיתפרסם אמונת הקב"ה בעולם ע"י הכלל ישראל
און דאס ענין האט נאך מער יסוד, ווי טאקע דער רמב"ן הקדוש אליין אין פרשת האזינו (פסוק כ"ו) לייגט אראפ א געוואלדיגן יסוד, דער פסוק זאגט דארט, אמרתי אפאיהם אשביתה מאנוש זכרם, לולי כעס אויב וגו' פן יאמרו ידינו רמה ולא ה' פעל כל זאת, פרעגט ער וואס עפעס וואלט מען ח"ו מכלה געווען כלל ישראל ווען נישט וואס די אומות וואלטן געזאגט אז ידינו רמה ולא ה' פעל כל זאת?
זאגט ער, דער הסבר איז אזוי: די וועלט איז באשאפען געווארן פאר איין איינציגן צוועק, כדי מען זאל מפרסם זיין אלקותו יתברך - ער זאגט דארט דעס לשון: - דער אייבישטער וויל נישט פון די בריאה עפעס אנדערשט נאר דאס אז מען זאל מכיר זיין אלקותו בעולם, דאס איז דער רצון פון הקב"ה, - זאגט ער ווייטער - און ווער אין די וועלט איז דען מכיר אלקותו יתברך, דאס רוב וועלט זענען דאך אפיקורסים. נאר וואס דען, מכיר אלקותו און מפרסם אלקותו יתברך איז דער כלל ישראל, דערפאר האט די וועלט א קיום ווייל אידן זענען מפרסם אלקותו יתברך, ווען נישט וואלט געווען א עלמא חרבא. אזוי זאגט דער רמב"ן הקדוש.
ע"י שמקבלים עול הגלות רואה כל העולם שכלל ישראל הוא אומה אלקית המאמינים בהשי"ת
און ער פירט אויס, אז אין גלות אליין, דאס וואס די אידן זענען מקבל אויף זיך דעם עול גלות כאטש ס'איז שווער, דאס איז די הצלה פונעם כלל ישראל. ווייל ווען זיי ווארפן זיך אונטער דעם גזירות הגלות, ווייזן זיי אז כלל ישראל איז א אומה אלקות, זיי זענען נישט אזויווי יעדע אומה ולשון, נאר זיי זענען אונטערגעווארפן אונטער דעם גזירת ה', און דארט ווי דער אייבירשטער הייסט גיין דארט גייט מען, און מען גייט נישט ארויס פון גלות ביז ווען דער אייבירשטער הייסט.
קומט אויס מפורש אז דער קבלות עול גלות איז דער באווייז און דער אמונה שלימה, אז כלל ישראל איז אן עם הנבחר, א אלוקות'דיגע אומה וואס באלאנגט צו הקב"ה, און מ'טאר בשום אופן נישט אראפווארפן פון זיך דעם עול גלות ווייל דער אייבירשטער וויל נישט, דאס איז דער באווייז אז אידן זענען עבדי ה', און איבערדעם טארן מיר זיך נישט ארויסרירן פון גלות ווייל דער אייבירשטער האט אזוי געהייסן. - זאגט ער - כי ידין ה' עמו ועל עבדיו יתנחם, הקב"ה וועט וועגן דעם זיך אן נעמען פאר אידן, ווייל ס'איז "עבדיו" יתנחם, ווייל זיי זענען עבדים פון הקב"ה און זיי זענען סובל דעם עול גלות.
כאמור: ע"י קבלת עול הגלות ניצולים מעונשי התוכחה
מיט דעם איז דער רמב"ן מסביר, אז ביז אידן זענען געווען אין ארץ ישראל, איז געווען טאקע די תוכחה ממש, ווייל זיי זענען דאך געווען עובדי עבודה זרה און מ'האט נישט ארויסגעזעהן אז זיי זענען א אלקות'דיגע אומה, אבער ווען אידן זענען אויף זיך מקבל דעם עול גלות, דאס ווייזט אז זיי זענען אן אלקות'דיגע אומה, ווערט דורך דעם נתפרסם אלקותו יתברך, וואס דאס איז געווען דע גאנצער תכלית פון בריאת העולם, קען דער כלל ישראל עקזיסטירן.
קומט אויס אז ארויסגיין פון גלות איז פונקט פארקערט פון די עיקרי אמונה און שרשי אמונה, דאס איז נישט סתם קיין אפיקורסות, נאר ס'איז אינגאנצן פארקערט ווי דער אמת'ער רצון ה', אז ח"ו אונז זעמער ברשותינו און אונז גיי מיר ווי אונז וויל מיר, און ח"ו מ'פרעגט נישט נאכן באשעפער, און מ'פרעגט נישט נאך תורתו הקדושה.
דאס איז קלאר און דייטליך, אז דאס איז רעכט אפיקורסות, און אויב דאס איז אפיקורסות, ווי קען א איד האבן אפילו נאר א הוה אמינא בעולם אז אויב וועט מען נישט אפטוען די אפיקורס'ישע שטיק וואס זיי טוען אפ טאג טעגליך, און אויב וועט מען נישט נאכגיין נאך די אפיקורסים, און אויב וועט מען נישט האבן די פינסטערע כלבים וואס זאלן אנרייצן די וועלט קעגן אידן, דעמאלטס איז עק וועלט. עס איז דאך נורא ואיום אפילו דאס צו נעמען אויפן רעיון, ווי קען דאס א איד א מאמין פועל'ן ביי זיך? ווי קען א איד א מאמין טראכטן אזא מחשבה?
איצט לאמיר זעהן איז דען נישט אמת דער הייליגער דיבור, אז דער וואס טראכט אזא מחשבה איז קיין ספק נישט אז ער איז געכאפט אין דיעות נפסדות ה"י אז ער קען נאר אפילו טראכטן אזוינס.
*
הקורא בכתבי עת המלאים אפיקורסות אי אפשר להם לקבל הדעת תורה הברורה
פארשטייט זיך אז פאר די וואס זענען אנגעליינט מיט צייטונגען, מיט די וועלט'ס השגות, מיט די וועלט'ס אויפפאסונגען, און פאר די אלע וואס הערן זיך אן מיט די ראדיא'ס, די קענען מיט די רעיונות נישט מסכים זיין, ווייל די צייטונגען און די ראדיא זענען בעוה"ר פול מיט פארקערטע רעיונות ווי די עקרי אמונה אין הקב"ה זענען. אבער די תורה הקדושה פארלאנגט יא אזוי, און זאגט קלאר אזוי, אז נאר דאס איז די הצלה פון כלל ישראל. איצט ווי גייט מען זאגן פארקערט, אז דער פשט איז, מען קען נישט, מען מוז, מען קען נישט לאזן, ס'גייט נישט, אוי לאזנים שכך שומעות.
על כל פנים איז א פשוטע זאך, ס'איז אפן מפורש אז אין דעם גזירת הגלות איז תלוי דער עקזיסטענץ און דער קיום פון כלל ישראל, אזוי זאגט דער רמב"ן הקדוש. דער קיום פון כלל ישראל איז תלוי אין דעם, און נישט ח"ו פארקערט.
*
דעה נפסדה של אפיקורסות פוגם אפילו במחשבה
מ'דארף צו וויסן אז אפיקורסות איז במחשבה אויך פוגם, ס'מוז נישט זיין אז מ'זאל זינדיגן במעשה, און נאך מער אויב טוט מען אן אפיקורסישע פעולה - ארויס גיין פון גלות הייסט אן אפיקורסישער פעולה - זאגט אויף דעם דער מהר"ל מפראג זי"ע אז אפילו אויב ער איז נישט מכוון, איז די פעולה אפיקורסות, ווייל דאס ווייזט אז דער עול פון הקב"ה איז נישט מחייב כלל ישראל, דאס איז א פעולה פון רעכט אפיקורסות, און דאס איז טויזענט מאל ערגער ווי עבודה זרה, און מען דארף געוואלדיג נזהר זיין מ'זאל נישט נתפס ווערן אין אזעלעכע דיעות און אזעלעכע מחשבות, ווייל אויב יא חס ושלום, האט מען אין זיך אפיקורסות, דאס איז קלאר און דייטליך.
*
פסק הרמב"ם דמי שאינו מאמין ח"ו אף באחד מהי"ג עיקרים אין לו חלק באלקי ישראל
דער רמב"ם זאגט אין פירוש המשניות אין סנהדרין, אז אויב איינער גלייבט נישט אין איינע פון די שלש עשרה עקרים, דער מענטש האט אין זיך נישט קיין שום שייכות; נישט מיט הקב"ה, און נישט מיט כלל ישראל, און נישט מיט תורתו הקדושה, אינגאנצן נישט, ער ווערט לא עלינו אפגעריסן אינגאנצן פונעם קישור לכלל ישראל, אזוי זאגט דער רמב"ם קלאר און דייטלעך, ס'איז נישט קיין צוויידייטיקייט, נאר ס'איז א קלארער פסק.
מ'דארף דאס האלטן פאר די אויגן אז איינער וואס גלייבט נישט אין די שלש עשרה עקרים, מיינט נישט אז ער מוז זיין א כופר מפורסם, וואס זאל גיין אינגאנצן אן א בארד און פיאות, עס קען זיין אז במחשבה זאלן רחמנא ליצלן די רעיונות און מחשבות אריינגיין אין דעם תוך תוכיות פונעם מענטש, און דאס נעמט אים ח"ו ארויס פונעם כלל ישראל, ע"כ זאל מען זיך זייער אכט געבן.
*
דער רבי זכרונו לברכה ברענגט אין ספר דאס לשון: "אל נא אחי תרעו" - וויפיל מאל פלעגט ער נוצן דאס לשון אל נא אחי תרעו - מ'זאל נישט חס ושלום מיט געריסן ווערן מיט דעם שטראם, מיט דעם מהלך רח"ל, מיט די מחשבות לא טובות ה"י.
*
הדעות כוזבות שמקורם מאפיקורסים וטמאים נמצאים גם בבתי מדרשים
דאס איז דער אמת, תורה'דיג, בפשטות אן ספיקות אן קיין אנדערע דיעות, ס'איז נישטא אין דעם קיין חילוקי דיעות, די חילוקי דיעות האבן רח"ל געמאכט מוליד זיין די אפיקורסים, מ'האט אריינגעברענגט די רעיונות אין בית המדרש, אבער געבוירן געווארן זענען די רעיונות אין דעם חדר פון דעם עלטער זיידן פונעם אבי אבות הטומאה, דער טמא ומטומא הערצל ימח שמו וזכרו, דארט זענען געבוירן געווארן די מחשבות, און דאס דרענגט אריין רח"ל אין די בתי מדרשים, מ'נעמט זיך דאס נישט אין אכט, מ'מיינט אז דאס איז עפעס אזא תמימות'דיגע זאך, ס'איז נישט אזוי, דאס איז אפיקורסישע רעיונות, מ'זאל וויסן אז מען טאר נישט אזוי רעדן, און אזוי טראכטן.
*
כל מה שדברנו עד עתה הוא אפילו לפי מה שרוצים לומר שהציונים המה המצילים
נאכדעם, דאס אלעס וואס מיר האבן ביז איצט גערעדט וואלט געוועזן בנוגע ווען ס'וואלט עפעס געווען דער אויסשטעל זייערע, אז מ'הרג'ט דאך רח"ל, און זיי קומען מציל זיין. אבער מיר מוזן האלטן פאר די אויגן מיט א קלארקייט וואס דער באדייט פונעם מצב איז, מען פארדרייט היינט די וועלט מיט פונקט קאפויערדיגע רעיונות, מיט פונקט פארקערטע מחשבות, מ'האלט בעוה"ר אין איין אריינפרעדיגן און אריינברענגן צווישן אידן שומרי תורה ומצות די פארקרימטע דיעות נפסדות, און דאס דרינגט אריין נעבעך אין די יוגנט, דאס קומט אריין אין די רעיונות און אין די מחשבות מיט א סמיות עינים, אז ס'דאכט זיך גאר אז דאס וואס זיי שטעלן זיך אזוי אהער, איז גאר א פשטות'דיגע זאך. ליידער די וועלט זאגט דאס אזוי נאך מיט אזא פשטות'דיגע תמימות, כאילו די הצלה איז א פשטות.
האמת הברור הוא שהציונים המה גורמים כל ההצרות ע"י התגרות באומות
אבער די גאנצע זאך איז נישט אזוי, די גאנצע זאך איז שקר וכזב מתחילתו ועד סופו, דער מצב איז ביטער ווי א גאל, לאמיר נאך זעהן, ס'איז נישטא אין דעם וואס מסופק צו זיין אז זייט די רשעי ארץ עקזעסטירן, זייט זיי זענען אויפגעקומען מיט זייער רעיון, נאך איידער די מדינה של גיהנם איז געווארן, זענען זיי געווען די וואס האבן גערייצט די אומות אויפן ארגסטן אופן.
דאס נייע דור דענקט דאס נישט, מ'ווייסט נישט וואס דאס מיינט. אבער איך זאג ענק, איך ציטער אזוי, איך בין אזוי דערשראקן פארן מצב, אז איך קען ענק דאס נישט מסביר זיין מיט קיין ווערטער, איך זאג דאס נישט ווייל איך וויל ענק איבערשרעקן, נאר איך בין באמת דערשראקן, ווייל איך געדענק נאך וואס אונז האב מיר מיט געמאכט, איך געדענק וואס אונז זעמיר דורך געגאנגען, און אלעס א דאנק די רשעים. און יעצט טוען זיי בעוה"ר די זעלבע זאך ממש.
ע"י פעולות הציונים הציתו אש מלחמת העולם השני'
מ'ווייסט נישט, די וועלט ווייסט נישט, דעמאלט בימים ההם, ווען ס'איז געווען דער דייטשער ימח שמו'ניק, דער רשע עריץ היטלער ימח שמו, אוודאי איז ער געווען נאך פון פריער א ביטערער שונא ישראל ס'איז נישטא וואס צורעדן, אבער טאקע אט דעם שונא ישראל האבן זיי אויפגערייצט אויפן ארגסטן אופן.
דער רבי ז"ל האט מיר דערציילט, אז ער איז געווען אין פעסט אין שנת תש"א, איז מען אים געקומען זאגן אין א אינדערפרי אז דער ציוני ווייצמאן ימ"ש האט אין נאמען פון כלל ישראל, אין נאמען פון די גאנצע וועלט אידענטום, אנגעזאגט קריג פארן דייטשן רייך, - האט מיר דער רבי ז"ל געזאגט: איך האב דאס געהערט, בין איך דערציטערט געווארן, ווי הייסט; רחמנא ליצלן, אזא הפקירות השם ישמרינו, דער גאנצער כלל ישראל ליגט דאך ליידער אונטער זיינע הענט, דער דייטשער רשע ימ"ש איז דעמאלטס געווען מעכטיג שלא כדרך הטבע, אלע גרויס מאכטן האבן געציטערט פאר אים, ס'האט גאר נישט קיין שיעור און קיין ערך.
שפעטער מיט א פאר שעה שוין פארנאכט'ס, איז מען געקומען זאגן, אז דער ימח שמו'ניק האט גיענטפערט אויף דעם קריג אנזאג: די זענען דאס פאלק - ער האט די אידן אנגערופן מיט די ארגסטע בזיונות, אזוי ווי ער פלעגט מבזה זיין די אידן בתכלית הבזיון. איך געדענק נאך ווי אזוי דער רבי זכרונו לברכה האט דאס מיר געזאגט, וועגן דעם זאג איך דא איבער די גאנצע זאך, חייב אדם לומר בלשון רבו - האט ער געזאגט אזוי: "זיי האבן אנגעזאגט קריג פארן דייטשן רייך, גוט! מיר האבן אנגענומען דעם קריג!", און מ'ווייסט נעבעך וואס דער קריג האט בעוה"ר געברענגט, וואס כלל ישראל האט ליידער אנגעווארן ביי דער קריג.
און נאך מער ווי דאס, תיכף נאכדעם האבן זיי אויסגערופן א "בויקאט" אנטקעגן דייטשלאנד, וואס דער בויקאט איז פאקטיש געווען ממש אן אבדון לדעת, גראד ווען די רשעי ארץ האבן אים אנגערייצט, האט דער ימח שמו'ניק זיך געווארפן אויף דער ערד, און ער האט געביסן די "קארפעט" פאר כעס און צארן, און געזאגט אזוי: "זיי האבן געמאכט א בויקאט אנטקעגן מיר, איך וועל זיי שוין ווייזן". און דאס האט נעבעך געברענגט דעם חורבן. איך קען ענק נישט מסביר זיין וואס אונז האמיר אפגעליטן פון דעם.
די זאך איז נישט פארטיג, פלוצים האבן זיי זיך אהער געשטעלט אז זיי זענען גאר די מצילים פון כלל ישראל, זיי זענען די עוזרים, זיי העלפן צו. נאך די קריג זענען זיי געקומען און זיי האבן געשטורעמט, "מען דארף לויפן אויף ארץ ישראל, מ'ברויך פארן אויף ארץ ישראל, ס'איז נישטא ווי צוגיין". מ'קען דאס נישט איבערגעבן ווי ווייט די רוצחים די צינדער'ס האבן געריסן פון מענטשן מען זאל גיין אויסשליסלעך קיין ארץ ישראל ווייל דאס איז די הצלה, און נאר דארט קען מען זיך אהער שטעלן. דארט ווי יעדער ווייסט אז זיי זענען געווען די וואס האבן געשטערט יעדע אקציע פון הצלה.
*
רשעים אלו שהציתו בשעתו אש מלחמת העולם המה מתגרים כהיום עם בני ישמעאל
אהער צו שטעלן זייער ריכטיגן פרצוף, אויף ווי ווייט זייערע הענט זענען פול דורכגעווייקט מיט אידיש בלוט איז יכלה הזמן והם לא יכלו. אבער וויסן ברויכן מיר אז די זעלבע רשעים וואס האבן דעמאלטס אויף גערייצט די וועלט, די זעלבע רייצן היינט, זיי האבן אויפגערייצט די גאנצע אראבישע וועלט, וואס ציילן זיך מיליאנען מענטשן, וואס איז רחמנא ליצלן די גרעסטע סכנה וואס איז פארהאנען, זיי האבן אויף גערייצט די אומות העולם קעגן אידן אויף דעם ערגסטן אופן, זיי רעכענען זיך אינגאנצן נישט וואס מיט כלל ישראל וועט זיך טוען.
מעולם נזהרו מאוד שלא לעורר עלינו קנאת האומות
דער רמב"ם ברענגט אין אגרת תימן, ברענגט ער א מעשה, איינער האט זיך ארויסגעגעבן פאר משיח, זאגט ער אזוי: די אומות כאטש מיר ליידן פון זיי, זיי טיילן אונז אויס געבראטענע צרות, ווען דו וועסט קומען מיט דיינע שטותים וואס האבן נישט קיין שום מקור, און קיין שום יסוד, וועט דאך טויזענט מאל ארגער ווערן דער מצב, ער שרייבט אז ער האט זייער מורא פאר דעם גירוי האומות, וואס צרות דאס קען ברענגן אויף אידן ח"ו אויפן ערגסטן אופן.
די חכמינו ז"ל זאגן (מגילה דף ז' ע"א) אז ווען אסתר המלכה האט געשיקט צו די הייליגע חכמים קבעוני לדורות, אז מען זאל באשטימען דעם יום טוב פורים, האבן די חכמים געזאגט: "קנאה אתה מעורר עלינו בין האומות", מ'האט אלץ מורא געהאט פאר קנאת האומות.
הציונים - זרע עמלק קופצים ברשעתם לתוך אמבטי של רותחים להתגרות באומות
נישט ווי די היינטיגע רשעי ארץ, וואס זיי שפרינגען אריין אין דעם אמבטי של רותחין, אזויווי דאס משל וואס שטייט ביי די עמלקים, און זיי זענען טאקע די ריכטיגע עמלקים, דאס זענען די עמלקים וואס עס שטייט אין זוהר הקדוש. דער חפץ חיים האט מעיד געווען אז די ציונים זענען פון די ערב רב וואס עס שטייט אין זוהר הקדוש אז זיי זענען עמלקים, זיי די מופקרים זענען די וואס זענען אריינגעשפרינגען אין דעם אמבטי של חמין, און אנגערייצט אזא ביטערן שנאת ישראל מסוף העולם ועד סופו, פארקערט ווי מ'האט אלץ מורא געהאט פארן גירוי אומות מ'זאל זיי נישט אויפרייצן אויפן ערגסטן אופן, כדי אידן זאלן קענען עקזיסטירן ביז ביאת משיח צדקינו.
*
דברי העקידת יצחק שיעקב אבינו לא רצה לקבל להיות שוה לעשיו שיהיה לו מדינה בפני עצמו
דער בעל עקידה זאגט א יסוד, ער טייטש אפ דעם פסוק וואס שטייט ביי יעקב אבינו, ווען עשו האט אים געזאגט נסעה ונלכה ואלכה לנגדך, האט ער אים געזאגט: לאמיר זיין גלייך אויף גלייך, שוה בשוה, דו וועסט האבן א מדינה און איך וועל האבן א מדינה, אונז קענען מיר לעבן זייער בשלום. - זאגט ער - האט יעקב אבינו גיענטפערט פאר עשו: אדוני יודע כי הילדים רכים והצאן והבקר עלות עלי ודפקום יום אחד ומתו כל הצאן, טאמער וועל איך ארויסגיין מיט איין טאג פריער פון גלות ווי דער זמן איז, איז א סכנה פון ח"ו ומתו כל הצאן, אזוי שטייט ארויס, ס'איז א פסוק מפורש.
בקשת הרמב"ם: בני ואחיי קבלו השבועה שלא לצאת מהגלות
דער רמב"ם ברענגט אז שלמה המלך האט געזען, אז ס'וועט זיך אנפאנגען א באוועגונג ארויסצוגיין פון גלות פאר דער צייט, און ויאבדו בשביל זה חס ושלום - דעס לשון זאגט דער רמב"ם אויף די העברה על השבועות "ויאבדו" חס ושלום, זאגט ער ווייטער - ואתם בני ואחיי תקבלו, איר בני ואחיי זייט מקבל די שבועה וואס דער באשעפער האט אייך משביע געווען. ער בעט זיך מיט רחמים, זייט'ס מקבל די שבועה, ווייל ער האט געוואוסט מיט וואס דאס שמעקט נעבעך, וואס דאס ברענגט ח"ו.
*
המצב לאמיתו
איצט רבותי! ווען מ'ווייסט דאס אלעס, ווען מ'זעהט שוין דאס אלעס מיט די אויגן, אונז זעמיר דאך געקומען לידי כך נעבעך אז מען האט זיך איבערצייגט אין דעם אלעם, איז דען נאך פארהאנדען ספיקות און בילבול הדעת? וואו איז דער בלבול הדעת? ס'איז נישטא קיין בילבול הדעת, דאס איז א בילבול רשעות, ס'איז דא א חברה רשעי עולם, וואס האבן זיך צוזאמען גענומען און טרינקען אידיש בלוט, זיי זענען מאבד אידישע נפשות בחנם, זיי רייצן אויף די אומות העולם אויף אידן אויפן ערגסטן אופן, דאס איז זייער רצון און גאנג געווען אלע יארן, זיי מיינען אינגאנצן נישט קיין הצלה, וואס זיי טוען איז אלעס צוליב מאכט, זיי ווילן די מאכט אין די הענט. און דארט איז אונזער פראבלעם, אז די ערגסטע רשעי ארץ האבן זיך פארלייגט אויף כלל ישראל, דער מצב איז ביטער ווי א גאל, און טאקע נאר אויף דעם דארף מען טרעפן א הצלה, ווי אזוי מען קריכט ארויס פון דעם ביטערן פעקל, אבער דאס האט נישט צו טוען מיט קיין חקירות'לעך, דאס האט נישט צו טוען מיט קיין רעיונות'לעך און מיט קיין מחשבות'לעך. די אלע רעיונות'לעך און די מחשבות'לעך וואס מ'הערט אין די בתי מדרשים און אין די מקואות, איז קלאר ווי דער טאג אז זיי גרעניצן זיך מיט רעכט אפיקורסות'ישע רעיונות, אזוי האט דער רבי זכרונו לברכה אונז געלערנט.
*
רביה"ק זי"ע היה המבין האמיתי לברר דעת תורה האמיתית ולגלות דעות הכוזבות
דער רבי זכרונו לברכה זאגט: עס שטייט ביי יעקב אבינו ער האט געזאגט פאר די שבטי י-ה, הסירו את אלהי הנכר אשר בתוככם, זאגט דער מדרש קיינער איז נישט געווען בקי בדקדוקי עבודה זרה אזוי ווי יעקב אבינו, האט מען געדארפט ברענגן צו יעקב אבינו ער זאל זיין א מבין אויב דארט שטעקט עבודה זרה, כדי מ'זאל וויסן זיך צוהיטן דערפון. אזוי אויך ברויך מען צו זיין א מבין אויף אפיקורסות. און דער רבי זכרונו לברכה ברוב חכמתו וברוב קדושתו איז געווען דער ריכטיגער מבין, אויסצוקלירן יעדן אפיקורסישן רעיון, און דאס איז אונז אלע מחייב, אונז דארף מיר דאס צוהאלטן אויפן שטרענגסטן אופן.
און נאר דאס וועט זיין אונזער הצלה, אויב מיר וועלן גיין אין דעם דרך, נאר דאס וועט אונז אפ ראטעווען פון די צרה גדולה בעוה"ר וואס מ'האט כלל ישראל אריינגעברענגט דערין.
*
מ'קען מיט קיין ווערטער נישט מסביר זיין וואס זיי האבן אפגעטוען דעם פארגאנגענעם מאנטאג ווען זיי האבן געמאכט די ראלי אין וואשינגטאן, אין וואס פאר א מין סכנה זיי ברענגן דערמיט אריין דעם כלל ישראל. ס'איז לא די וואס זיי האבן דארט ארום ארץ ישראל אנגערייצט די אלע פון ארום און ארום, ווילן זיי דאהי אין אמעריקא אויך טוען די זעלבע זאך, ח"ו, זיי ווילן אויף רייצן די גאנצע וועלט אז מ'זאל נישט קענען האבן קיין מנוחה אין די גאנצע וועלט.
*
מעשה נורא שהי' טרם התייסדות המדינה הטמאה
איך וועל פארציילן א מעשה וואס דער רבי ז"ל האט מיר דערציילט, פאר וואס פארצייל איך דאס, כדי מ'זאל פארשטיין פון וואס ס'האנדלט זיך דא, מען זאל אויך פארשטיין אז דער רבי זכותו יגן עלינו איז נישט געווען קיין איבערגעטריבענער מענטש, און ער איז בכלל נישט געוועזן קיין איבערגעטריבענער קנאי, ס'איז נישט ריכטיג געשאצט. ער איז געווען א מענטש מיט א געוואלדיגן אפשאץ, א געוואלדיגער פקח, און דער געוואלדיגער עמקן, ער האט געזעהן דעם חורבן מיט די אויגן, אזוי ווי ער האט שטענדיג געזאגט אז זיי האבן מקצר ימים געווען פאר כמה צדיקים, ער פלעגט נאכזאגן אז דער טשעטשינאווער רב ז"ל האט כמה פעמים געזאגט: "ווען איך דערמאן מיך און איך זעה מיט וואס פאר א מהלך זיי גייען, קען איך ממש נישט עקזיסטירן אויף דער וועלט".
על כל פנים האט דער רבי ז"ל דערציילט: ס'איז געקומען צו אים אין שטוב א וויליאמסבורגער איד, נישט קיין סאטמארער חסיד, דער רבי האט אים אינגאנצן פריער נישט געקענט, קומט ער אריין צום רבי'ן און זאגט אזוי: ס'איז געוועזן די אסיפה ביי די יו-ען, דעמאלט ווען מ'האט דן געווען צו מ'זאל געבן דאס רעכט פאר די ישראלים אז זיי זאלן זיך נעמען א מדינה פאר זיך, איז בשעתו געווארן א גאנצער דין ודברים, אלע פארטרעטער פון די גאנצע וועלט זענען דארט געווען, און פון די רשעי ארץ איז אויך געווען א פארטרעטער. האט זיך אויפגעשטעלט איינער פון די פארטרעטער פון די אומות און געזאגט כהאי לישנא:די אראבער דארט ארום און ארום ווי עטס ווילטס גיין זענען א אום ערצויגן פאלק, און זיי פאלגן קיינעם נישט, וואס טוט עטץ אז בין יום ללילה שטעלן זיי זיך אויף און זיי שחט'ן ח"ו אויס דעם גאנצען ישוב, ווער וועט ענק העלפן? האט זיך אויפגעשטעלט דער ציוני'סטישער פארטרעטער, א רשע עריץ, און געזאגט כהאי לישנא: "ס'האט געקאסט זעקס מיליאן אידן, זאל עס קאסטן נאך א מיליאן אידן אבער א מדינה וועט זיין!". איך זאג פארן רבי'ן - זאגט דער איד - איך בין נישט קיין סאטמארער חסיד, אבער איך האב מער נישט געקענט דארט זיצן און הערן ווי אזוי זיי שפילן זיך מיט אידיש בלוט.
הציונים מפקירין בזדון לב דם ישראל במטרה כדי להשיג מדינתם
מורי ורבותי! אזוי דארף מען צו וויסן, זיי אינטרעסירט נישט ווען ס'זאל קאסטן נאך א מיליאן אידן, ווען זיי זאלן וויסן אז מען דארף מקריב זיין פאר די עבודה זרה הציונית רח"ל נאך א מיליאן אידן זענען זיי גרייט דערויף, און אלעס נאר צוליב זייער נצחון, אז ס'זאל עקזיסטירן א מלכות המינות וואס איז מלא מינות ואפיקורסות, און מלא כל תועבות שבעולם, ס'איז דאך אין הפה יכול לדבר, מ'קען מיט קיין ווערטער נישט מסביר זיין וואס פאר א מין תיעוב דארט עקזיסטירט רח"ל, ארגער פון אלע מיני מציאות וואס איז דא בעולם, אלעס געפינט זיך דארטן אויפן ארגסטן אופן, היינט קען מען שוין זאגן אז מיליאנען ישראלים זענען דארט ערצויגן געווארן מיט א גייסט, וואס אויב דערפילן זיי א אידיש קינד וואס וויל זיך צויצען צו אידישקייט, ברענט דאס זיי ווי א פייער, ס'האט גארנישט קיין שיעור און קיין ערך.
איצט, ווי קען דאס פאר א איד איינפאלן אויפן רעיון, אז אזא סארט מציאות קען גאר זיין א טובה, איז דאס נישט מילד געזאגט אז "ווער עס האט אזא מחשבה איז געכאפט אין אפיקורסות", דאס איז דאך נאך א מילדער אויסדריק.
*
בעוה"ר אין מבינים עומק המצב והסכנה העצומה שגורמים הציונים
אחי ורעי לאמיר פארשטיין, דער אמת איז אונז אליין שטעל מיר זיך נישט פאר ריכטיג דעם מצב, מ'איז גלייכגילטיג און מ'פארשטייט נישט אז דא האנדעלט זיך אין א מציאות פון א מצב העולם וואס שלעפט אריין די גאנצע וועלט, מ'רודערט אויף די גאנצע וועלט אויפן ערגסטן אופן, און דאס איז די גרעסטע סכנה וואס איז פארהאנדען, אזוי ווי אלע צדיקים האבן אונז פאראויס מתרה געווען אויף די סכנה עצומה, אבער זיי אינטרעסירט דאס אינגאנצען נישט, ווייל זיי אינטערסירט נישט טובתן של ישראל, זיי אינטרעסירט נישט קיין תורה, זיי אינטרעסירט נישט קיין באשעפער, זיי אינטרעסירט נישט קיינער בעולם, זיי אינטרעסירט נאר דער אני ואפסי.
בעוה"ר מ'קען פאר'שיכור'ן אזויפיל תמימות'דיגע אידן זאלן ארויס גיין אויף דער גאס קיין וואשינגטאן בעטן פון אמעריקא זיי זאלן גאר צוהעלפן צו אזעלעכע אכזרים ה"י. קען דאס פארשטאנען ווערן? איז דאס א פארשטענדליכע זאך? דאס איז נאר צושטאנד געקומען פון דעם ווייל דאס קומט פון א מקור מושחת פון דיעות נפסדות רח"ל, און דאס איז א ידוע'דיגע זאך אז די סטרא אחרא האט א מורא'דיגן כח, זי פארכאפט, דאס איז א כוח וואס איז געגעבן געווארן פאר די סטרא אחרא אויף א געוואלדיגע מאס, און אזוי שלעפט מען נעבעך צו די תמימות'דיגע אידן אז זיי זאלן נאכגיין כצאן לטבח יובל.
זאל זיך דער רבונו של עולם מרחם זיין אויף די אידן, זיי זאלן זיך עפענען די אויגן, זיי זאלן קענען זיין א מבין אויף זיך אליין, זיי זאלן זעהן וואס זיי טוען, זיי זעהן דאך נעבעך אליין נישט וואס זיי טוען.
*
העצה היעוצה בדור יתום כזה איך יכולים להתנהג כראוי
אז מיר זאלן ניצול ווערן פון די פגעי הזמן זענען מיר אנגעוויזן אויף רחמי שמים, אז דער אייבירשטער זאל העלפן מיר זאלן זיך קענען דערהאלטן אין די שווערע נסיונות, אבער צו דעם דארף מען דאך האבן סייעתא דשמיא. ווי אזוי קומט מען צו צי סייעתא דשמיא?
נאר וואס דען, דער רבי זכרונו לברכה זאגט די וואך אין דברי יואל: עס שטייט אין פסוק קדושים תהיו כי קדוש אני, זאגט דער מדרש לנו אתה אומר שנהיה קדושים הסר מעלינו המות הזה. ברויך מען צו פארשטיין וואס איז געווען די טענה הסר מעלינו המות הזה. זאגט דער רבי זי"ע אז דער פשט איז אזוי, אמת אונז זעמער גרייט אונז ווילן מיר זיין קדושים, אבער אונז האב מיר נישט ווי זיך אנצוווארימען, ווער עס זאל אונז מדריך זיין, אונז האמיר נישט אין אונזער דור קיינעם וואס זאל אונז דערלייכטן די אויגן, ווען די פריערדיגע צדיקים וואלטן געלעבט וואלט מען זיך געווען געקענט פירן בקדושה ובטהרה, ווען מ'וואלט געהאט א כח הקדושה אויף זיך וואלט מען זיך געווען געקענט פירן בקדושה, אבער בעוה"ר מ'האמיר דאך דאס נישט, איז הסר מעלי המות, דעמאלט וועלן דאך זיין צדיקים, וועלן מיר זיך קענען פירן בקדושה.
בזמן שאין צדיקים בעולם הקב"ה משגיח ביותר על כלל ישראל
איז אבער אויף דעם דער ענטפער - דער רבי זי"ע ברענגט א מורא'דיגן מדרש - עס שטייט אין מדרש: אז דעמאלט ווען די צדיקים ווערן נסתלק, זאגט הקב"ה מוז איך מיך מער אומקוקן אויף כלל ישראל ווי ביז יעצט, ווייל ווילאנג עס זענען נאך געווען די צדיקי אמת האבן זיי געהאלטן כלל ישראל, יעצט מוז איך אליין זיין דער רועה ישראל, אזוי זאגט דער מדרש. און דעס האט דער אייבירשטער געזאגט: מ'דארף זיך נישט זארגן, דער אייבישטער איז אייביג דא, ער איז אייביג פארהאנען.
כשמזכירים שמועות מפי הצדיקים הקודמים מקשרים אנשי הדור עמהם
מ'קען דאס ענין נאך מער מסביר זיין, דער ישמח משה אין פרשת תולדות איז מסביר אזוי: עס שטייט דאך אז מ'זאגט נאך א דבר שמועה פון א חכם איז שפתותיו דובבות בקבר, בפשטות זעהט אויס אז עס ווערט נתעורר אויבן בגבהי מרומים אז ס'איז שפתותיו דובבות בקבר, זאגט אבער דער ישמח משה אז דער פשט איז אז אויב זאגט מען נאך א שמועה מפי חכם, עפענט זיך דער גאנצער מציאות פונעם חכם, און ער ווערט פארבונדן מיטן עולם הזה אזויווי ער וואלט נאך געווען דא אויף דעם עולם, און זיינע זכותים ווערן גערעכנט צום גאנצן דור, און מהאי טעמא איז אז ווען איינער זאגט נאך א שמועה פון איינעם איז כאילו מביא גאולה לעולם, ווייל דורכדעם ווערט ער גערעכנט בין החיים, און ער איז מכריע די וועלט לכף זכות, עיי"ש.
ע"י ההתקשרות לצדיקים הקודמים זוכים להתנהג בדרך התורה
דאס קען זיין, דער אייבירשטער האט געזאגט פאר אידן קדושים תהיו, האבן די אידן געזאגט הסר ממנו את המות הזה, מ'ברויך צו דעם האבן די קדושים, פון ווי נעמט מען זיי. איז דא זייער א גראדע עצה, אויב וועט עטס טאקע זיין קדושים, מ'וועט זיך האלטן מקושר אין די פריערדיגע צדיקים, מ'וועט מקיים זיין דאס וואס די פריערדיגע צדיקים האבן אונז אנגעזאגט, ממילא זענען זיי טאקע דא בעולם, און אז זיי זענען דא בעולם דארף מען שוין נישט זארגן, זיי וועלן שוין היטן, זיי וועלן זיין גוטע שומרים פאר אונז. איבערדעם זאגט ער ווייטער כי קדוש אני, דעמאלט איז דא השראת השכינה בישראל, דעמאלט איז הקב"ה דא מיט אונז און ס'איז נישט שייך זיך צו זארגן.
*
רבינו הקדוש זי"ע התפלל תמיד עלינו ועל דורותינו מידי יום ביומו
איצט מורי ורבותי, לאמיר זעהן א סך הכל, לאמיר מאכן א חשבון הנפש, אונז האמיר געהאט אזא כח הקדושה וואס מ'קען מיט קיין ווערטער נישט מסביר זיין, בעוה"ר מיר האבן נישט זוכה געווען אז מיר זאלן גיין מיט אים צונעזאם קעגן משיח צדקינו, און בעוה"ר מ'זעהט טאקע אזוי אויס. - אבער; אויב אונז וועל מיר נאכפאלגן זיינע דיבורים וואס ער האט אזויפיל געוויינט פאר אונז, און אזויפיל געבעטן. מיט וויפיל השתפכות הנפש האט ער דאס ארויסגעגעבן, ממש מ'קען זאגן מדי יום ביום האט ער אויף דעם מתפלל געווען, ער האט קלאר געזעהן מיט זיינע הייליגע אויגן וואס עס ווארט אונז, אונז ווייסן מיר נישט דאס מציאות, אבער ער האט יא געזעהן וואס עס קומט אויף אונז, און ער האט געוויינט פאר אונזערט וועגן.
בידינו להעמיד הכח שימשיך להתפלל בעדינו
אונז קען מיר האבן א געלעגנהייט אז אונז זאל מיר אהער שטעלן דעם כח ער זאל ווייטער שטיין לימינינו, און ווייטער מעורר זיין רחמי שמים פאר אונז, אז דער אייבישטער זאל זיך שוין אויף אונז מרחם זיין, אונז ווייס מיר נישט וויאזוי, אונז זעמיר נישט קיין יועצים פאר הקב"ה, הקב"ה דארף נישט אונזערע עצות, מ'דארף זיין מקושר אין הקב"ה ותורתו הקדושה און אין פריערדיגע צדיקי אמת, וועט דאס מגין זיין אז אונז זאל מיר דורכגיין די שווערע נסיונות פון עיקבתא דמשיחא.
מוטל עלינו לחזור ולשנן לדורותינו אחרינו השמועות מפי רביה"ק זי"ע
אבער במה דברים אמורים, אז אונז וועלן מיר נאכזאגן זייערע שמועות, נישט מ'זאל חס ושלום פארגעסן דעם דבר שמועה. אזוי ווי דער רבי זי"ע האט אמאל נאך געזאגט די גמרא, אז ווען רב איז נסתלק געווארן און מ'האט נישט געוואוסט א דבר שמועה האט רב אדא בר אהבה געזאגט עכשיו מת רבי. האט דער רבי ז"ל דאמאלטס געזאגט מיט א גרויס ביטערניש: "יעצט בדורינו איז נסתלק געווארן דער בעל שם טוב הקדוש ותלמידיו הקדושים, ווייל מען געדענקט שוין נישט זייערע שמועות". דארף מען דאס וויסן אז מען דארף געדענקן זייערע שמועות, מ'זאל נישט נמשך ווערן נאך די אלע נארישע רעיונות, און נאך די נארישע מענטשן.
דער אייבישטער זאל העלפן אז אונז און אונזערע קינדער און אייניקלעך און אור אייניקלעך און גאנץ כלל ישראל זאלן אויפגעראכטן ווערן, און מ'זאל נמלט ווערן פון די רשעי ארץ.
*
דברי הרמב"ם שגוים הבאים על ערי ישראל על עסקי קש ותבן מותר ללחום נגדם
איך וועל דא זאגן א נקודה, איך זאג עס וועגן דעם ווייל עס איז מבלבל מענטשן, אין רמב"ם שטייט: טאמער קומען גוים על עסקי קש ותבן מעג מען מיט זיי מלחמה האלטן, ווייל זיי מיינען נישט קש ותבן, זיי מיינען טשעפענען, זיי ווילן נפשות, מעג מען ארויסגיין מיט זיי אין א מלחמה. איז געקומען איינער און באפוילן פארן רבי'ן אז דער רמב"ם זאגט אז אפילו זיי קומען פאר קש ותבן מעג מען מיט זיי מלחמה האלטן.
הלכה זו הוא רק בנוגע גוים יחידים אבל נגד אומה אסור בחומר שבועה ללחום ולהתגרות נגדם
אין אמת'ן אריין דער רבי ז"ל האט בשעתו נישט געוואלט ענטפערן דערויף, און די וועלט ווייסט נישט פארוואס. לאמיך ענק אויפקלערן פארוואס, דער רבי זי"ע האט געזאגט אז דאס געהער אינגאנצן נישט דא צום ענין, ווייל דארט רעדט מען אז עס קומען אפאר גוים און די גוים זענען דא פאר אונז און זיי ווילן טשעפען, דעמאלט נעם די גוים און זיי זיי מסדר, ביז דו וועסט פטור ווערן פון זיי. אבער במה דברים אמורים ווען מען רעדט נישט פון א מאכט, פון א אומה. מה שאין כן ווען מען רעדט פון א אומה וואס גייט הרג'נען קומט דאך אפיר די גאנצע אומה, די התגרות באומות, דאס איז דאך אפגעשאפן געווארן מיט א הארבע שבועה, און דאס איז זייער וועג דער התגרות באומות דאס איז אסור בהחלט.
*
הציונים מפרסמים שהמצב קשה מאוד – לא הפסיקו אף רשעות אחד ממעשה רשעתם להקל על שמירת הדת
לאמיר נאר מתבונן זיין, האבן די רשעי ארץ דען איין האר נאכגעלאזט ערגעץ וואו פון זייער ביטערן עקשנות וואס זיי זענען לוחם קעגן עניני הדת און אנקעגן הקב"ה ותורתו הקדושה, האבן זיי דען אפילו איין גזירה נאכגעלאזט אפילו פון א יחיד צוליב דעם ווייל דער מצב איז אזוי. זיי שרייען "מצב, מצב" ס'איז א געוואלדיגער מצב און מ'פארפירט "ס'איז א מצב". אויב איז טאקע א מצב, פארוואס איז דער מצב דיך גארנישט מחייב, דיך מיינט גארנישט דער מצב? און מענטשן לאזן זיך איין רעדן, מענטשן פארשטייען ליידער נישט, מיט אזעלעכע טיפשות פארפירט מען די קורצקעפיגע מענטשן וואס פארשטייען נישט.
*
עלינו ללמוד ולהגות בספרי רביה"ק זי"ע שנכתב ברוח הקודש
מיר דארפן אבער זיין די וואס זאלן שטיין אויף די וואך און אויף יעדן אופן זאל מען האלטן אלע יסודות וואס דער רבי ז"ל האט פאר אונז אוועקגעשטעלט, מ'זאל נישט צולאזן ח"ו קיין מחשבה קלה אויף פארקערט, מ'זאל כסדר עוסק זיין אין די הייליגע ספרים, מ'זאל נישט מסיח דעת זיין פון די ספרי קודש, מ'ברויך דאס כסדר לערנען און חזר'ן אין שטוב מיט די קינדער. די ספרי קודש זענען רוח הקודש, דער דברי חיים זאגט קלאר, אז א ספר וואס עס האט געמאכט אפילו א מענטש בימינו, אויב ער מיינט נישט זיך, און ער מיינט נאר פאר הקב"ה'ס וועגן, איז רוח הקודש לבשתו, דאס איז דער סימן מובהק פון די ספרי קודש אז דאס איז א מציאות פון רוח הקודש, מ'ברויך דאס האלטן פאר די אויגן, און כסדר רעדן אין די שמועות פון די ספרי קודש.
בענין הנסיעה לא"י
דרך אגב וויל איך נאך איין זאך דערמאנען - על כל פנים בקיצור - וואס איך קען נישט דורך גיין בשתיקה, איך מוז דאס מזכיר זיין. - דאס לויפעניש קיין ארץ ישראל!! רחמנא ליצלן מען זעהט נעבעך די קליפה אין דעם ה"י. איך וועל איצט נישט אויסשמועסן דאס גאנצע געפאראכטץ אהין, נאר על של עכשיו באתי.
לשאר מקומות סכנה כאלו אין עולה על הדעת לשום אדם לנסוע שמה
איינער האט מיך געפרעגט, וואס איך זאג וועגן צוריק פארן קיין ארץ ישראל? האב איך אים געפרעגט: וואס הייסט צו מען מעג צוריק פארן?חס ושלום! ווי מעג מען גיין אויף א מקום סכנה, ס'איז דען דא דערין עפעס א שאלה? וואס איז די שאלה? איך האב אים געזאגט: איך וועל דיר אבער יא מסביר זיין די שאלה: זעה אהער, ווען דאס וואלט געווען דער מצב ערגעץ ווי אין אן אנדערע מדינה, נישט אין "איזראעיל" ווי זיי רופן דאס, וואלט פאר א איד אפילו איינגעפאלן צו גיין אין א מקום וואס עס איז יעצט דארט א סכנה, באשר הוא שם, מ'קען אין די גאס נישט גיין, וואלט דען פאר א איד אפילו איינגעפאלן צו גיין אהין? נו זעסטו וואס די שאלה איז? מ'נעמט זיך נישט אין אכט אז דאס איז א קליפה רח"ל, זיי האבן אריינגעברענגט אין המון אזעלעכע שעדליכע דיעות נוראות.
לדאבונינו בוטחים על הצה"ל הטמא שאין המקום מסוכן
און פאקטיש פארלאזט מען זיך טאקע אויף דעם כח פון דעם טמא'נעם צה"ל, אז דארט איז דא ווער ס'היט, ווי זיי זאגן גאר אז דאס איז די געזיכערסטע פלאץ, פארוואס איז דאס דער זיכערסטער פלאץ? ווי אזוי טרויט זיך א מענטש אזוי צו זאגן? איך פארשטיי אבער יא פארוואס ער זאגט דאס; ווייל ס'איז דא א צה"ל וואס ווערט געפירט פון די סטרא אחרא ל"ע, איבערדעם איז דאס די זיכערסטע פלאץ. איז טייטש אויסדריקלעך אז דער איד שעמט זיך נישט מפורש צוזאגן אז ער פארלאזט זיך אויף דעם צה"ל, וואס דער צה"ל איז א ניאוץ ה' רח"ל, יעדע רגע וואס דאס עקזיסטירט איז א ניאוץ ה', און דאס האלט ער אז דער ניאוץ ה' וועט אים אפראטעווען, און מ'זאגט נאך פאר יענעם אויך מ'זאל זיך לאזן אפראטעווען פון די כת הארורה מנאצי ה' ל"ע.
על כל פנים דארף מען פארשטיין מ'דארף אהין נישט פארן, נישט קיין מירון, און נישט אין קיין ישיבות, ס'איז דא פארשידענע נארישע הסברים, דאס האט אלעס איין יסוד, א יסוד וואס האט זיך אריינגעדרינגען און אריינגעבראכן אין די מויערן פון כלל ישראל, און אריינגעבראכן אין די לבבות בני ישראל, און דאס האט ליידער בעוה"ר געפאנגן אידישע הערצער, אזויווי די צדיקי אמת האבן אויף דעם פאראויס מתרה געווען.
*
דארף מען וויסן מען זאל זיך נישט לאזן פארפירן, מ'זאל זיך האלטן פעסט ביי די אמונה שלימה, און זיך נישט פארלאזן אויף קיינעם נישט, נאר אויף איין באשעפער, אויפן בורא כל עולמים, און דאס איז אונזער הצלה, אז מען פארלאזט זיך אויפן אייבירשטן, איז ולא יבושו קויו. דער אייבירשטער וועט אונז העלפן, ווי שווער עס זאל נישט זיין, ביי הקב"ה איז נישטא קיין שווערע זאך, מען דארף אים נישט מייעץ זיין וואס צו טאן, הקב"ה איז כביכול א כל יכול, הקב"ה וועט אונז העלפן און אונז ארויס ראטעווען פון די משחיתים וואס זענען רח"ל באמת משחיתי עולם, דער אייבירשטער זאל אונז אויסראטעווען. און מיר אלע אינאיינעם זאלן געזונטערהייט, בנערינו ובזקנינו, זוכה זיין צו גיין מיט ליכטיגע פנימ'ער קעגן משיח צדקינו, בהתגלות כבוד שמים עלינו במהרה בימינו אמן.

פוסטים קשורים

הצג הכול

My Journey with Authentic Chassidic Teachings

As a professional navigating the complexities of a fast-paced world, finding moments of spiritual connection can often feel like a distant dream. This is a sentiment that resonates deeply with many in

Comments


מלחמת מצוה כריכה - הדמיה_edited.jpg
כריכה קדמית - לגלות ולהראות את הנס.jpg
כריכה בר-כוזיבא.jpg
הדמיה ילקוט השבעתי אתכם-חנות.jpg
הדמיה ספר גבול ההר.jpg

אנו שמים דגש על 'אהבת ישראל' (שאינה תלויה בדבר).

            

ולכן, אם נתקלת בקושי להבין דבר-מה, אנו כאן נשמח לענות לך על השאלות שלך, השאירו פרטים ונחזור בהקדם.

עקוב אחרינו

  • ילקוט השבעתי אתכם בקול הלשון
bottom of page