top of page

לכבוד יומא דהילולת רבי יצחק דוב קאפלעמאן זיע"א

למען אחי ורעי! לכבוד יומא דהילולת רבי יצחק דוב קאפלעמאן זיע"א, איך בין צופרידן צו ברענגען אייך די דרשה פון ראש הישיבה.


דרשת ראש ישיבה, פון לוצערן, שלוש סעודות פרשת פינחס שנת תשמ"ב, באמצע מלחמת לבנון (הראשונה):

שטייט אין מדרש רבה אין די וואכעדיגע סדרה 'צרור את המדינים', דו זאלסט פיינט האבן די מדינים, פארוואס, כי צוררים הם לכם, פון דא האבן די חכמים געזאגט 'הבא להרגך השכם להרגו'. רבי שמעון זאגט, פון וואו ווייסט מען אז איינער מאכט זינדיגן א צווייטן איז נאך נאך ערגער ווי מען הרג'עט יענעם, שההורג הורג בעולם הזה, ווען איינער הרג'ט איינעם האט ער אים נאר אוועק גע'הרג'ט זיין עולם הזה, אבער יענער האט נאך א חלק לעולם הבא, אבער ווען איינער מאכט זינדיגן א צווייטן הרג'ט ער אים אויף דער וועלט און אויף יענע וועלט.
'שתי אומות קדמו את ישראל בחרב ושתים בעבירה', צוויי פעלקער זענען געקומען און געוואלט הר ג'ענען די אידן, דאס איז געווען די 'מצריים' און די 'אדומיים', און צוויי זענען געקומען מאכן די יודן זינדיגן, די 'מואבים' און די 'עמונים', - אויף די וואס זענען געקומען הרג'נען שטייט 'לא תתעב אדומי' 'לא תתעב מצרי', זיי מעגן אריינקומען אין כלל ישראל ווען זיי זענען זיך מגייר, אבער אויף די וואס האבן געמאכט יודן זינדיגן, זיי איז 'לא יבא עמוני ומואבי גם דור עשירי עד עולם', זיי טארן קיינמאל נישט אריינקומען אין כלל ישראל, - ע"כ המדרש.
ס'קומען אן שלעכטע שמועות אז מען הרג'ט אידן רחמנא ליצלן פון ארץ ישראל, ס'איז זייער ביטער אז מען הרג'ט אידן השם ירחם.
אבער מיר האבן נאך קיינמאל נישט געזעהן אז איינער זאל זאגן א קאפיטל תהילים אויף די צענדליגער טויזנטער אידישע קינדער וואס זענען נעבעך געווארן אראפ געפירט פון וועג און אפגע'שמד'ט אינגאנצן דורך די דאזיגע רשעים, - מידי יום ביומו איז מען מעביר דארטן על הדת ערליכע יודישע קינדער, - ווען א איד קומט פון רוסלאנד אדער פון די ספרדישע לענדער און פון די אנדערע מקומות פליטותיהם, נעמט מען זיי בעל כרחו און פירט אים אראפ פון ערליכן וועג, מען איז עוקר דעם לעצטן ניצוץ פון אידישקייט, די רשעים האבן אויפגעשטעלט א "פאבריק" פון 'הפרת הדת' רחמנא ליצלן, אויף א אופן וואס איז נאך נישט געווען פון ווען אידן זענען געווארן א פאלק.
אסאך 'מיסיאנערן' זענען שוין אויפגעשטאנען אויפן כלל ישראל, אין שפאניע האט מען געצווינגען אידן זיך צו שמד'ן רחמנא ליצלן, און ס'איז זיי נישט געלונגען, אסאך זענען פארברענט געווארן על קידוש השם ביי די אינקוועזיציע, און א טייל האבן געהיטן די תורה ומצות באהאלטענערהייט (די אנוסים), און אסאך זענען אנטלאפן פון דארט. - און בכל דור ודור עומדים עלינו לכלותינו והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם.
אבער אט די דאזיגע רשעים, זיי איז שוין געלונגען אפצו'שמד'ן מיליאנען אידן רח"ל, און דער מדרש שרייט דאך, 'גדול המחטיאו יותר מן ההרגו' ואין איש שם לב על זה, מען לייגט נישט צו קיין הארץ צו דעם, - דער עיקר איז אז זיי האבן שוין געהאט א נצחון מיט די מלחמה, און יעצט לייגט מען שוין אראפ די תהלים'לעך, ווייל ס'איז שוין נישט דא אויף וואס צו זאגן תהלים, ביז ווען אויף זייערע פארשאלטענע קעפ וועט ארויפקומען נאכאמאל א געדאנק מלחמה צו האלטן, אבער אויף די ערליכע אידן וואס זענען בעל כרחם טמא געווארן דורך די רשעים, דאס פאלט קיינעם נישט - ביי מרעיש עולם צו זיין "מען הרג'ט אידן" "מען הרג'ט אידן", און נאך מער פון הרג'ענען, דאס איז נאך ערגער פון הרג'ענען, ווייל 'גדול המחטיאו יותר מן ההרגו'.
ס'וואלט געווען ראוי צו טראכטן אז אט די 'מיסיאנערן ' זענען פון עפעס א פאלק פון די אומות העולם פון די שונאי ישראל, אבער לאמיר נאר גיבן א קוק ווער זענען דאס אט די רשעים, נישט קיין קיין 'טערקן', און נישט קיין 'פראנצויזן', נאר מענטשן וואס זיי רופן זיך מיטן נאמען 'ישראל', גוים גמורים וואס זיי האבן ארויפגעצויגן אויף זיך א מאסקע פון 'ישראל', זיי זענען די וואס ווילן אויסרייסן אונזערע נשמות. און ליידער טאקע אין דעם ליגט זייער "הצלחה", ווייל זיי פאפּן אויס די וועלט מיט דעם וואס זיי רופן זיך מיטן נאמען 'ישראל'.
אזוי ווי מיר האבן שוין געזאגט, דאס איז א ביטערע זאך אז מען הרג'ט אידן, אבער דער אמת דארף געזאגט ווערן, ס'איז שוין געווען, כבר היה לעולמים, כלל ישראל איז שוין געוואוינט רח"ל מיט דעם, כידוע אז ביי גזירת ת"ח ות"ט האט מען גע'הרג'ט אידן, און אויך אין אונזערע צייטן האט מען גע'הרג'ט בעונותינו הרבים מיליאנען אידן.
אבער פון דעם אלעם וואס מען האט גע'הרג'ט אידן איז נאך כלל ישראל נישט געווארן באנקראט ח"ו, אבער דורך די מעשה הרשעים וואס זיי רופן אויס א מלחמה אקעגן דעם יודישן פאלק און קעגן די הייליגע תורה אויף א שרעקליכן אופן, זיי מאכן שרעקליכע חורבנות אין דעם כלל ישראל, ביז אזוי ווייט אז דער גאנצער כלל ישראל שטייט ממש ביים שוועל פון 'באנקראט' רח"ל, ווען נישט דער אויבערשטער גיבט אכטונג אז יודישע קינדער זאלן נישט פארלענדעט ווערן, און אויכעט אין זכות פון די געציילטע ערליכע יודן וואס בוקן זיך נישט צו אט די עבודה זרה, ווער ווייסט וואס ס'וואלט געווען היינט מיטן כלל ישראל.
אין מלכים א' קאפיטל י"ח פסוק כ" א שטייט, (ביי די מעשה פון הר הכרמל), אליהו הנביא האט געזאגט צו אלע יודן 'עד מתי אתם פוסחים על שתי הסעיפים, אם ה' האלקים לכו אחריו, ואם הבעל לכו אחריו": ווי לאנג וועט איר זיך וואקלען צווישן די צוויי סארט געדאנקען, אויב איז דער רבש"ע דער ג-ט, דאן גייט נאך אים, און אויב איז דער 'בעל' (די ע"ז) דער ג-ט, דאן גייט נאך אים. - דארף מען פארשטיין, צו דען האט אליהו הנביא געהאט א ספק וואס דער פאלק האלט, אז ער האט געזאגט צו זיי בלשון "אם"? און נאך דארף מען פארשטיין, צו-וואס האט ער געדארפט זאגן 'ואם הבעל לכו אחריו', אז מען זאל גיין נאכן 'בעל', דער עיקר איז דאך נאר אז 'ה' האלקים לכו אחריו', אז מען זאל תשובה טאן און גיין נאך הייליגן באשעפער?!
האב איך געזעהן אין א ספר פון א 'גדול הדור' האט ער געטייטשט, אז די כוונה פון אליהו הנביא איז געווען אויף די וואס זענען 'פוסחים על שתי סעיפים', אמאל זיצט מען אין בית המדרש און אמאל ביים 'בעל' (ביי די ע"ז), און דאס איז נאך ערגער פון די וואס זיי זיצן שטענדיג ביים 'בעל', - ממילא וועגן דעם האט ער זיי געזאגט טאמער האלט עטץ אז די 'בעל' איז חלילה א ג-ט, דעמאלס גייטס אים נאך, גייטס נאכן עבודה זרה אינגאנצן, זיצט נישט מיט אונז אין אונזער מחיצה, מיר האבן נישט מיט ענק קיין שייכות.
כלפי מה הדברים אמורים, קעגן די אידן וואס זיי זעהן אויס ווי שומרי תורה ומצות, אבער ליידער זענען זיי געכאפט אין דעם רעיון הטמא, און זיי גייען האנט-ביי-האנט מיט די פושעים די רשעים 'עובדי הבעל', זיי זיצן אין בית המדרש און זיי זענען 'משתף', זיי שטעלן-צוזאם אין זייער מח די 'דעת הרשעים' מיט דעם 'דעת תורתינו הקדושה'.
און ווי באוואוסט איז דער רעיון (הציוני) אריין בעונותינו הרבים אויך צווישן ערליכע אידן, אז זיי ווערן מיטגעכאפט זיך צו פרייען מיט די הצלחה פון די רשעים, און זיי זענען נהנה פון זייערע טמא'נע געלט, זיי באקומען פון זיי ריזיגע געלטער, און זיי געבן פאר זיי כבוד, פאר זיי און פאר זייערע פרעזידענטן. אויך שעפט מען פון זיי כבוד אז זיי זיצן אינאיינעם ביי א טיש ווי שותפים און זיי שמייכלען אלעמאל איינעם צום צווייטן מיט א ידידות. - צו זיי זאגן מיר אויכעט 'עד מתי אתם פוסחים על שתי סעיפים', אם ה' הוא האלוקים לכו אחריו, ואם הבעל לכו אחריו, טאמער איז דער 'בעל' א ג-ט, גייט ס אים נאך, קומטס נישט אריין אין בית המדרש, פארקויפט אונז נישט קיין פרומקייט און ערליכקייט, אויב עטץ גייטס נאך דעם 'בעל', זיצט דארטן ביי יענע רוחות און בלייבטס דארטן.
*
מיר דארפן מעתיק זיין די ווערטער פון דעם אור החיים הק' אין פרשת השבוע, וואס פון דארט קענען מיר זיך לערנען ווי צו דינען דעם אויבערשטן אין אונזערע צייטן, שטייט דארט אזוי: 'צרור את המדינים והכיתם אותם', דארף מען פארשטיין פארוואס זאגט ער דאפלט 'צרור' 'והכיתם' ? נאר די חכמינו ז"ל האבן דא מרגיש געווען און זיי האבן געזאגט אז די כוונה איז, כאטשיג דער אויבערשטער האט געהייסן פאר די אידן אז ווען מען האלט מלחמה מיט א שטאט, טאר מען נישט צוברעכן סתם אזוי פרוכט ביימער, - אבער דא ביי די מדינים האט די תורה יא געהייסן אז מען זאל צוברעכן אלעס פון זיי.
שטעלט זיך דער אור החיים הק', וואס פאר א נקמה איז דאס פאר מדין, אז מען צוברעכט אלע זייערע ביימער, אדרבה עס וואלט דאך געווען א גרעסערע נקמה אין מדין ווען די אידן וואלטן געקענט אויפעסן זייער גאנצן פארמעגן, אלע פרוכט וואס זיי טרעפן אויף די ביימער, און דאס איז מער א נקמה און מער ווייטאג פאר א מענטש דאס צו צוקוקן ווי אזוי דער פיינט עסט אלעס אויף, - און מיר זעהן טאקע ביי די קללות פון די תורה אין די תוכחה שטייט 'ואכלוהו אוביכם'? און דער אור החיים הק' זאגט דארט א גאנצע אריכות, און צום סוף פירט ער אויס אזוי; אז דער אייבערשטער האט געהייסן 'צרור את המדינים', די כוונה פון דעם איז אז מען זאל פיינט האבן די מחטיאים, די וואס מאכן זינדיגן, און אזוי-אויך יעדע גוטע געשמאקע זאך וואס קומט פון זיי זאל מען פאר -מיאוס'ן און פארעקלען, מען זאל צוברעכן אלע גוטע ביימער און אלע גוטע קוועלער פון וואסער, און אלעס גוטס וואס קומט פון זיי, פארוואס, ווייל זיי האבן גורם געווען אז מען זאל זינדיגן, אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק 'הלא משנאך ה' אשנא', 'משנאך' איז פשט אזוי ווי ס'וואלט געשטאנען 'משניאיך', די וואס זענען גורם פיינט צו האבן דעם רבש"ע כביכול, זיי זענען גורם מען זאל פיינט האבן 'בוחר צו זיין גוטס', און דורך אזא סארט 'מהלך המחשבה' פון שנאה צו אלעס וואס קומט נאר פון די רשעים, דורך דעם וועט זיך די 'תאות העבירה' דערווייטערן פון זיי, און עס וועט זיין פרעמד אין זייערע אויגן, ווייל א זאך וואס מען האט שוין יעצט נישט די תאוה עס איז שוין פארביי, און מען זעהט די שלעכטע תוצאות וואס עס האט ארויס געברענגט, וועט מען באקומען א שנאה צו דעם, און מען וועט באקומען א געטליכע טבע, דאס מיינט אז מען וועט ווערן הייליג, אפילו אויב מען וועט נאך האבן א טבע, אבער מען וועט האבן מער א הייליגע טבע, און די מדה איז א סגולות'דיגע מדה לחפץ בחיים, און מיט דעם וועט ווערן מכופר דער פריערדיגער עון פון די מחשבת עבודה זרה, 'ולא יהיה בהם נגף' מ'וועט נישט ווערן צושלאגן.
און דאס זאגט דער פסוק דא 'צרור את המדינים', אז זיי זאלן זיין ביי ענק אין די אויגן ווי א 'פיינט', א 'צר ואויב', מען זאל זיי פיינט האבן, און אפילו פיינט האבן יעדע גוטע זאך וואס עס קומט נאר פון די רשעים, אנשטאט דעם וואס קודם האט מען געגלוסט און מען האט געוואלט גיין צו זיי. דאס איז איינע פון די תיקוני התשובה.
און פארוואס זאגט ער א לשון הווה 'צרור' און נישט 'תצרור' ? נאר דער פסוק וויל קומען זאגן אז מען דארף שטארקן דעם כח השנאה, ביז עס זאל ווערן נקבע אין מענטש א 'טבע' פון פיינט האבן די רשעים, ס'זאל זיין א שטענדיגע זאך א לשון הוה, מען דארף פיינט האבן די רשעים די מחטיאי הרבים מיט א שטענדיגע שנאה. - עד כאן לשונו הקדוש פון דעם הייליגן אור החיים הק'.
זעהט מען פון דעם אז די איינציגסטע עצה וואס איז דא, איז פיינט צו האבן די מחטיאים, און פיינט האבן אפילו יעדע גוטע זאך וואס קומט פון זיי, און אויב באקומט מען עפעס א גוטע זאך פון די רשעים דארף מען דאס צוברעכן און פארשטאפן זייערע וואסער-קוועלער, און יעדער דארף זעהן אין זיך מעורר צו זיין א שטארקע שנאה צו די וואס מאכן זינדיגן אידן, און צו די וואס האבן פיינט דעם רבונו של עולם.
און אזוי אויך אין היינטיגע צייט דארף מען זיך שטארקן און מעורר זיין אין זיך א שטארקע שנאה צו די וואס זענען מחטיאים און מטמא דעם גאנצן כלל ישראל, און ס'זאל זיין א ריינע שנאה פיינט האבן די שלעכטס, אזוי ווי דוד המלך עליו השלום זאגט "תכלית שנאה שנאתים" דא ס מיינט אז דער תכלית פון די שנאה איז אויך שנאה, מיר האבן נישט קיין שום שייכות מיט די פושעים, זיי נישט חנפ'ענען ח"ו און זיי נישט ווייזן פאר זיי קיין שמייכל'דיגע פנים, און אודאי נישט נעמען פון זיי קיין שום הנאה, און וו י דער אור החיים הק' זאגט אז דאס איז א סגולה לחפץ בחיים.
*
די וואך שטייט אויך אין די וואכעדיגע סדרה "ושם איש ישראל המוכה אשר הוכה את המדינית זמרי בן סלוא נשיא בית אב לשמעוני" זאגט רש"י ז"ל, פארוואס דארף דער פסוק דערציילן ווער איז דער געווען דער רשע וואס פנחס האט אים גע'הרג'עט? ווייל דער פסוק וויל אויסלויבן פינחס, אז כאטשיג זמרי איז געוועזן א נשיא דאך האט ער זיך נישט צוריק געהאלטן צו מקנא זיין אויף דעם חילול השם. - היוצא לנו מזה אז ס'איז נישט קיין שום נפקא מינה פון 'וועמען' מען רעדט, במקום שיש חילול השם אין חולקין כבוד לרב, ווען עס איז דא א חילול ה', קוקט מען נישט אויף קיין כבוד פון קיין שום חשוב'ן מענשט, אזוי חז"ל זאגן דאס אויף פנחס.
אבער באמת דעם וואס זיי (די ציונים) רופן אים אן "נשיא" (דער ראש הכופרים), ער איז בכלל נישט קיין "נשיא", ווי איז ער דען אויפגעוואקסן? צו האט ער דען אמאל געלערנט אין א ישיבה ? ווי זענען זיינע תפילין? ער איז דאך פון די ערגסטע פון די ערגסטע, א מפורסם'דיגער בן בליעל, ער איז נתחנך געווארן צווישן פארברעכערס און רוצחים כידוע, ס'איז ממש לא יאומן כי יסופר אז יהודים כשרים "רעליגיעזע" זאלן זיך חנפ'ענען און שמייכלען צו אים. אויף זיין קאפ און זיין אחריות איז דאך די אלע צענדליגער טויזנטער אידישע קינדער וואס זענען געווארן אפג ע'שמד'ט און אראפגעפירט פון יודישן וועג! אויף וועם ליגט די אחריות אויב נישט אויף זיין קאפ פון אט דעם "נשיא"! ער איז דאך ממש 'טיטוס הרשע' און נאך ערגער ווי המן הרשע, ווייל המן האט געוואלט הרג'ענען נאר די גופים, און ער האט שוין אפגע'שמד'ט צענדליגער טויזנטער אידישע קינדער.
ס'איז דא פון די וואס זיי חנפ'ענען זיך צו אים, טוען זיי זיך אן מיט א מאנטל פון "אהבת ישראל", אז זיי טענה'ען מען טאר נישט פיינט האבן קיין שום איד, און אויף די ערליכע אידן וואס שטייען פעסט נישט נאכצוגיין די אלע אפיקורסים, שרייען זיי אז זיי זענען גאר די "שונאי ישראל", מען טאר נישט פיינט האבן קיין שום איד, און נאך אזעלכע טענות, - 'יסכר פי דוברי שקר', זיי זענען מהפך תורת אלוקים חיים, דער אמת איז דאך אינגאנצן פארקערט, עס איז נישטא קיין גרעסערע שנאת ישראל ווי דאס, זיך צו חנפענען און ליב האבן אזעלכע רשעים וואס זיי האבן אפג ע'שמד'ט צענדליגער טויזנטער אידישע קינדער בגזירת השמד רח"ל.
ווען זיי וואלטן ווען גע'הרג'עט מיליאנען אידן דעמאלס וואלט דאך קיינער נישט מחולק געווען, און יעדער וואלט מודה געווען אז מען דארף זיי פיינט האבן, און אז ס'איז א מצוה זיי צו פיינט האבן בתכלית, און יעצט אז עס איז דאך גדול המחטיאו יותר מן ההרגו, און זיי זענען די וואס זענען שולדיג אין דעם חורבן פון די רציחות, און נאך ערגער פון דעם, ערגער פון רציחה, ווייל זיי זענען מחטיא די אידן און דעם רוב כלל ישראל, און ווער ס'האט זיי ליב ווייזט דאס אז ער איז א שונא בתכלית פאר די אלע נעבעכדיגע נפשות וואס זענען גע'הרג'ט געווארן סיי אויף דער וועלט און סיי אויף יענע וועלט דורך די פושעים. ס'איז נישא דא קיין גרעסערע שנאת ישראל פון דעם.
מען זעהט א חילוק אז ביי א רוצח שטייט 'ושפטו העדה' 'והצילו העדה', אז מען דארף נאך מהפך זיין בזכותו און זוכן זכותים, אבער ביי א מסית שטייט 'לא תחמול ולא תכסה עליו' אז מען טאר נישט זוכן אויף אים קיין לימוד זכות, און די רשעים זענען נאך אסאך ערגער ווי רוצחים און מען דארף זיי פיינט האבן, און ווי דוד המלך עליו השלום זאגט 'תכלית שנאה שנאתים'.
און אודאי זאל דער אייבערשטער העלפן ס'זאל נתגלה ווערן במהרה דעם אמת, און דעמאלס וועט יעדער זעהן אז דער 'אמת ברור לאמיתו' איז מיט די וואס האבן פיינט די רשעים.
וואס וועט זיין דעמאלס מיט די פושעים ווייסן מיר אונז נישט, אונזער שכל איז צו קליין דאס צו וויסן, אבער ס'איז נישט עולה על הדעת אז זיי זאלן צו עפעס זוכה זיין, מענטשן וואס פערציג פופציג זעכציג יאר זענען זיי שוין מעביר על הדת נפשות בני ישראל, זיי זענען לוחם בתוקף ובעוז אקעגן די תורה הקדושה, און זיי האבן ממש חרוב געמאכט דעם גאנצן דור, ווער ווייסט וואס ס'וועט זיין מיט זיי דער סוף, אבער מיר דארפן זיך מחזק זיין אויף דעם אמת'ן וועג וואס מיר האבן דא גערעדט, נישט מיט קיין פאלטשע קנאות נאר מיט דער אמת, עד שבמהרה יתגלה לנו האור האמת.
In honor of the Yahrzeit of Rabbi Yitzchok Dov Koppelman zi"a
רבי יצחק דוב קאפעלמאן זיע"א
Rabbi Yitzchok Dov Koppelman zi"a with rabbi yizchak tovia weiss zi"a  (from JDN)
Rabbi Yitzchok Dov Koppelman zi"a with rabbi yizchak tovia weiss zi"a (from JDN)


Comments


כריכה מצות ישוב ארץ ישראל,שלוש השבועות,דחיקת הקץ,רמב"ן,יעקב אבינו,אברהם אבינו,יצחק אבינו,ארץ ישראל,ארץ הקודש,מלחמת מצוה,מלחמת רשות,אורים ותומים,מגילת אסתר,רמב"ם,אגרת תימן
מלחמת מצוה כריכה - הדמיה_edited.jpg
כריכה קדמית - לגלות ולהראות את הנס.jpg
כריכה בר-כוזיבא.jpg
הדמיה ילקוט השבעתי אתכם-חנות.jpg
הדמיה ספר גבול ההר.jpg

אנו שמים דגש על 'אהבת ישראל' (שאינה תלויה בדבר).

            

ולכן, אם נתקלת בקושי להבין דבר-מה, אנו כאן נשמח לענות לך על השאלות שלך, השאירו פרטים ונחזור בהקדם.

עקוב אחרינו

  • ילקוט השבעתי אתכם בקול הלשון
bottom of page